בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז זייער חשוב אין הימל
תפילה והתבודדות, חסד, סיפורי צדיקים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע גוטע זאך וואס מען טוט - איז אין הימל זייער חשוב, אפגערעדט לערנען און דאווענען און טון חסד מיט אנדערע, דאס איז דאך דער עיקר אויף וואס מען באקומט שכר אין הימל.


הער א מעשה, דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל עוסק געווען אין שאפן געלט פאר א וויכטיגע צוועק. ער איז געגאנגען נאך געלט און ער איז אריין אין א קרעטשמע, ער האט געקלאפט אויפן טיש און געזאגט: "רבותי, איך בין עוסק אין א גרויסע מצוה, איך בעט אייך איר זאלט זיך משתתף זיין"; רופט זיך אן א פשוט'ער איד צום הייליגן צדיק: "וויפיל געלט דארף דער רב?" און דער איד האט געגעבן די גאנצע סכום וואס דער צדיק האט אים געבעטן.


דער הייליגער ישמח משה איז געווארן זייער איבערגענומען, ער זאגט דעם איד: "בזכות די מצוה קענסטו בעטן וואס דו ווילסט, קענסט בעטן עשירות, אריכות ימים, וכדומה"; זאגט דער איד: "איך וויל דער רב זאל מיר צוזאגן עולם הבא", און דער ישמח משה האט אים דאס צוגעזאגט. אים איז דאס נישט געווען גענוג, ער האט געבעטן ער וויל די הבטחה בכתב און אזוי האט דער ישמח משה געטון, ער האט אים געשריבן בכתב אז ער וועט זוכה זיין צו עולם הבא.


דער איד איז נפטר געווארן און ער איז געקומען אין חלום צום הייליגן ישמח משה, ער זאגט: "עס איז מיר זייער ביטער; איך זיץ אין גן עדן, איך ווייס גארנישט, איך פארשטיי נישט קיין לערנען, עס איז מיר נישט גוט אין גן עדן", זאגט אים דער הייליגער ישמח משה: "לערן משניות", זאגט דער איד: "איך האב קיינמאל קיין משניות נישט געלערנט", אין גן עדן קען מען נאר לערנען אויב מען האט פארדעם געלערנט. זאגט דער ישמח משה דעם איד: "דעמאלט לערן חומש", זאגט ער: "איך האב נישט געלערנט אין לעבן, נישט קיין פסוק חומש און נישט קיין משנה, גארנישט גארנישט", זאגט אים דער ישמח משה: "אפשר א מעשה פון צאינה וראינה פון פרשת השבוע האסטו אמאל געלערנט?" זאגט דער איד: "דאס יא", זאגט אים דער צדיק: "דעמאלט זיץ אין גן עדן און לערן די מעשיות".


ווען דער ישמח משה האט דערציילט די מעשה האט ער געזאגט: "דער איד איז צו מיר מער נישט צוריק געקומען", איז א סימן אז אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז אין הימל זייער חשוב.


זיי נישט קיין בטלן, כאפ ארויס א פרק משניות, א בלאט גמרא; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. גיי שפאצירן יעדן טאג אפאר מינוט מיטן אייבערשטן, רעד צו אים, בעט אים די ווערטער: "הייליגער באשעפער, איך קען רעדן מיט יעדן איינעם שעות אויף שעות שטותים והבלים, דער טאג גייט מיר אריבער מיט שמועסן, און מיט דיר איז מיר אזוי שווער צו רעדן, איך קען קוים ארויסזאגן א ווארט פאר דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל רעדן מיט דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.