בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין לאנגע בריוו.
וויסן זאלסטו, אפילו מען איז צוגעקלעבט צו א נישט גוטע זאך, אבער מיט תפילה והתבודדות קען מען זיך אפקלעבן; אויב מען מאכט יעדן טאג תפילה מיט עקשנות, טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, און אזוי ווייטער – קען מען זיך אפגעוואוינען פון די שלעכטע געוואוינהייט.
דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, אז דו ביסט צוגעקלעבט צו הערן פאדקעסטס פון יעדן קרעציגער און קראנקער און דאס איז ממש א חלק פון דיין לעבן – זאלסטו נעמען די היילונג פון הייליגן רבי'ן, זאלסט יעדן טאג זאגן די ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיך, קוק מיך אן, קוק וואס איך טו, קוק וואס איך קוק, איך קוק און קוק פאדקעסטס פון יעדן קרעציגער און קראנקער, און איך וויל אבער זיין אן ערליכער איד, העלף מיך איך זאל מער נישט קוקן, איך זאל נאר קוקן וואס די הייליגע צדיקים זאגן, איך זאל נאר אויסהערן ערליכע אידן".
ליבער ברודער, אפילו עס זעט דיר אויס על מנת שתעלה לרקיע, אזוי ווי איינער וועט דיר זאגן אז מען קען ארויפגיין אין הימל, וועסטו אים אנקוקן 'ווי? וואס? ווען? עס איז אוממעגליך!' זאג נישט אזוי, דער רבי זאגט אז אלעס איז מעגליך, ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך; מיט תפילה, מיט עקשנות אין תפילה – קען מען ארויסגיין פון אלע טומאות און אלע זוהמות.
מי יודע, ווער ווייסט אויב דאס וואס דו מוטשעסט זיך אזוי אין פרנסה איז נישט פון אויסהערן די פאדקעסטס וואס איז פול מיט מינות וכפירה, קוק אריין אין די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם), נאכדעם וואס דער חכם איז אריין אין חקירות און מינות האט ער פארלוירן זיין געלט, ער איז געווארן א קבצן, א בעטלער, א פיס גייער; ער האט פארלוירן זיין הויז, זיין קאר; ביז דער תם האט רחמנות געהאט און אים געברענגט צום צדיק, און דער צדיק האט רחמנות געהאט אויף אים און ער האט געמוזט מודה זיין אז עס איז יא דא א מלך מיט א צדיק, עיין שם.
מיט תפילה און מיט עקשנות אין תפילה וועסטו ווערן אן ערליכער איד.