בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת תרומה, ג' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געשריבן ביז יעצט, איך בין זייער פארנומען, מיט די ישיבה און מיט די מוסדות.
נעכטן בין איך געווען אין שטעטל. איך בין שוין ארויסגעפארן מיטוואך נאכט, איך בין געווען מנחם אבל זיין אונזער חבר יואל נרו יאיר, וואס איז געזיצן שבעה נאך זיין טאטע. איך קום אים אסאך הכרת הטוב, ער האט מיר געהאלפן ביי די פרשה וואס איז געווען פאר צוויי יאר צוריק וכו'.
אינדערפרי ביים דאווענען איז געווען א קריאת השם ביים מלמד האברך בערל נרו יאיר, ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. נאכדעם איז געווען א ברית ביי הרב יחזקאל שליט"א פון די כולל אינגעלייט, אן אייניקל פון הרב רבי יצחק שליט"א, זיין טאטע הרב אלימלך שליט"א איז געקומען צו פארן פון יבנאל, דער זיידע הרב רבי דניאל שליט"א איז געווען סנדק. מיר האט ער געבעטן צו זאגן די ברכות און דעם נאמען, ויקרא שמו בישראל משה נאך זיין זיידע. איך האב אים זייער גוט געקענט, ער איז געווען א טייערער איד, איך האב אים געזען ווי ער פלעגט זיך מתבודד זיין מיט אזא פשטות און תמימות.
פון דארט בין איך געגאנגען קוקן ווי מען גיסט נאך א מקוה אין שטעטל אין די נייע געגנט ירושלים. שבתי נרו יאיר האט מנדב געווען די מקוה לזכר נשמת זיין שוועסטער עליה השלום וואס איז יעצט ממש נפטר געווארן, עס אז נאך אין די שלושים, און ער האט געגאסן א שיינע גרויסע מקוה, נישט מיט א צמצום ווי די ערשטע. דער דיין שליט"א מיט די חברים פון כולל וואס האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען געקומען געבן די הכשר פאר די מקוה.
עס קומט א גרויסן יישר כח פאר שבתי פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר אונזער שטעטל, דו האסט נישט קיין איינונג וואס ער טוט פאר מיר און פאר אונז אלע; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס קומט אים אן גרינג, דו ווייסט נישט וואס ער טוט אלץ פאר אונז. נאכדעם בין איך געגאנגען צו א מיטינג פאר פרישע הייזער, מיר גרייטן שוין אן שטחים פאר די קומענדיגע דור, פאר אונזערע קינדער.
פון דארט בין איך געגאנגען צום מצה בעקעריי. איך האב אזוי הנאה אז מיר האבן אונזערע מצות; עס איז גאר אנדערש א מצה וואס א ברסלב'ער חסיד מאכט. דער קנעטער, דער וואסער גיסער, זייערע ליפן שעפשען תפילות. די ווייבלעך מיט די גרעסטע מאס צניעות וועלגערן מיט שמחה, מיט אמונה, מיט תפילה והתבודדות. דער רעדלער, דער שיבער און דער פאקער; אלע תלמידי ותלמידות היכל הקודש. די הכשר געבט דער דיין שליט"א. איך האב אראפגענומען חלה און געדאווענט מנחה מיט די אינגעלייט.
איך וויל בעטן, אויב דו ווייסט ווער עס וויל קומען ארבעטן ביי די מצות, אפשר דיין ווייב ווייסט איינער ווער עס וויל קומען ארבעטן; איך דארף נאך וועלגערערס.
פון דארט בין איך געפארן צום חדר און צו בית פיגא, דארט איז ממש א טעם גן עדן; ווען איך גיי אהין פארגעס איך פון אלע מיינע שווערע ארבעט. די קינדער מיט אזא תמימות, מיט אזא שמחה; סיי אין חדר און סיי אין בית פיגא, אלע מיט אזא דרך ארץ. די מלמדים – איז נישטא דאס ווארט וואס צו זאגן, געטריי איז נישט דאס ווארט; זיי ארבעטן מיט די קינדער מיט זייער גאנצער מח, מיט יעדע טראפ בלוט. אזוי אויך אין סקול, די מנהלת מיט די לערערינס זענען אזוי איבערגעגעבן; ווער עס איז נישט דארט צווישן די פיר ווענט פון חדר און בית פיגא - האט נישט קיין השגה וואס פאר א ארבעט מען לייגט אריין אין די קינדער, מיט סבלנות, מיט אזויפיל חכמה.
איך האב געוואלט גיין אין כולל און אויך צום הדפסה, אבער עס איז געווארן שפעט, איך האב געדארפט אהיימגיין העלפן מיין ווייב מיט די קינדער און גיין צום שיעור.
ביים שיעור האבן מיר בעיקר גערעדט פון זיך האלטן ביים רבי'ן. אזוי ווי דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיין תלמיד דער צדיק רבי נחמן הורודענקער זכותו יגן עלינו, וואס האט געוואלט פארן קיין ארץ ישראל. ער איז געגאנגען זיך טובל'ן, שפעטער האט אים דער בעל שם טוב געפרעגט: "וואס האסטו געזען ביים זיך טובל'ן?" ער האט געזען ארץ ישראל, ירושלים, דעם הר הבית, ביזן קודש הקדשים, אבער דער ארון האט ער נישט געזען, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "דער ארון איז אין מעזיבוזש"; האט ער פארשטאנען נישט צו פארן קיין ארץ ישראל, נאר בלייבן נעבן זיין רבי.
די וואך האבן מיר אין די פרשה, דער אייבערשטער זאגט אונז (שמות כה, ח): "וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם", מאכט מיר א פלאץ וואו צו וואוינען; יעדער איד דארף דאס טון, מאכן א פלאץ פאר השראת השכינה, און אז מען האט א צדיק, מען האט דעם רבי'ן - האט מען דעם ארון.
איך בין אביסל אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין. איך וויל דיר איינליידענען, מוצאי שבת וועט זיין א מסיבה אין ישיבה, א מסיבה פון הכרת הטוב. די גבאים שבתי און אשר בער זיי העלפן מיר א גאנץ יאר מיט די רענט, ווילן מיר אפגעבן אן הכרת הטוב פאר אלע וואס העלפן דורכאויס דעם יאר מיטן רענט קאמפיין.
זאלסט האבן א פרייליכן שבת.