בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך בין נתפעל ווי דו געבסט אכטונג מ'זאל נישט רעדן ניבול פה
מוסדות, ישיבה, נחת, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין קאנטרי "אילן החיים", מיר האבן געהאט א שיינע שפאציר מיט די בחורים.


אויפ'ן וועג האט מען מיר דערציילט צוויי שיינע מעשיות פון דיר, איך האב געהאט אזא נחת צו הערן די שיינע מעשיות.


איינס, אז עס איז אנגעקומען א דעליווערי צום תלמוד תורה, פון ברויט, און די טראק האט זיך צעבראכן. דער דרייווער, א איד מיט א ווייסע בארד האט זיך פארלוירן און געשריגן א מיאוס'ע ווארט, דו האסט אים געפרעגט: "אזוי רעדט א איד?!" דער דרייווער האט נאך אזוינס נישט געהאט, א אינגערמאן וואס איז אנגעטון מיט א שווארצע ארבעטס העמד, זאל אים פארהאלטן אויף ניבול פה...


די צווייטע מעשה, א בחור איז געקומען צום מנהל נרו יאיר דערציילן אז דער קעכער האט אים געשלאגן און ארויסגעווארפן פון קאך, דער מנהל זאגט אים: "דאס קען נישט זיין, אונזער קעכער שלאגט נישט, אונזער קעכער איז פון די איידלסטע תלמידי הישיבה"; ביז דער בחור האט דערציילט אז ער האט גערעדט שמוציג, ער האט גערעדט ניבול פה - האסטו אים ארויסגעווארפן.


איך בין אזוי צעבראכן אז עס איז דא אין ישיבה אפאר בחורים וואס רעדן ניבול פה; וויפיל איך רעד ביי די שיעורים פון דאס הארבקייט, די סכנה דערפון - קען איך דאס נישט פועל'ן. דו זאלסט זיין פעלזן פעסט, נישט לאזן ביי דיר אין קאך בחורים אן יראת שמים.


שרייב מיר א בריוו, וועסטו מיר מחי' זיין.