בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן
התחזקות, חלישות הדעת, רבינו ז"ל, בלבולים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האלט זיך מיטן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן, ווייל דער סמ"ך מ"ם ימח שמו טוט אלעס וואס ער קען נאר, אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן.


איך ווייס דו גייסט יעצט אריבער א פרישע פרשה פון חלישות הדעת, יעצט שפירסטו ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, דו ווילסט אפלאזן היכל הקודש, בעט איך דיר ליבער ברודער, טייערער חבר, בלייב ביים רבי'ן; וועסטו אויך זיין אין גן עדן ביים רבי'ן. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם", ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט - וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


אויבן אין הימל איז דא אסאך מער בלבולים און אסאך חלישות הדעת מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען פארדריידט די נשמה; די מלאכי חבלה, די מקטריגים - זענען געפערליך, און ווי אזוי מען לעבט דא, ווי אזוי מען בינדט זיך צו דא - אזוי וועט זיין דארט.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט פון רבי סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה. ער איז געווען א גרויסער עובד השם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן און זיין סדר היום איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין און לערנען דארט זיינע שיעורים כסדרן. אמאל האט פאסירט אז מענטשן זענען געקומען פארטאגס צום ציון און מען האט געזען א ווייסע געשטאלט ביים ציון, קודם האט מען מורא געהאט וואס דאס איז אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז רבי סענדר פון טיראוויצע באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, האט מען אים געפרעגט: "רבי סענדר וואס טוט איר דא, עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן?!" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען פארטאגס צום ציון און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אוועק פון דא; עס האט אנגעפאנגען פאלן א שניי האב איך שוין יא געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו זיך 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל און איך וועל וועלן גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל, וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז ווייט, עס איז קאלט וכו' וכו'; וועל איך זאגן אז ווען איך האב געלעבט אויף די וועלט האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט און איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס ציון, אזוי וויל איך יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן אן קיין תירוצים - וועט מען מיר מוזן לאזן גיין צום רבי'ן'".


איך האב דיר שוין געשריבן די מעשה, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל די מעשה ווייל עס איז זייער וויכטיג און עס שטעלט אוועק דעם קאפ ווי צו טראכטן ווען מען האט די בלבולים וכו' וכו'. דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געפארן צום רבי'ן אויף שבת. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיט א דראנג'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.