בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ביסט געווארן א נייער מענטש זייט דו ביסט אריינגעקומען אין ישיבה
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, סיום, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויש מיר מיינע אויגן צו זען אויב איך זע גוט... די פילע סיומים וואס דו האסט געמאכט, וואס דו האסט אלץ געלערנט במשך די האלבע יאר זייט דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); הונדערטער פרקים משניות, הונדערטער דפים גמרא און אלע ספרים פון רבי'ן.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון קיין שום אנדערע חסידות און פון קיין שום אנדערע פלאץ ווען מיר קוקן זיך אן און זעען וואס דער רבי האט אונז אלץ געגעבן און וואס ער געבט אונז ווייטער; אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו 'אשר בנחל' שם חלקינו וגורלינו, אז מיר געפונען זיך אין אזא הייליגע פלאץ "היכל הקודש קודש קדשים", א פלאץ וואס מען ווערט אנגעפולט מיט תורה, מיט אמונה און מיט מידות טובות.


דיין ברודער האט מיר דערציילט אז דיין טאטע האט אים געזאגט אויף דיר אז ער שעפט פון דיר פיל נחת; אלע זאגן פה אחד אז זייט דו ביסט אריין געקומען אין ישיבה ביסטו געווארן א נייער מענטש, פול מיט דרך ארץ וכו' וכו'. ביי דיר איז ממש מקיום געווארן וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען דער אייבערשטער איז מרוצה פון א מענטש מאכט דער אייבערשטער אז אפילו די פיינט פונעם מענטש זאלן אים העלפן; די אלע וואס האבן דיר מונע געווען פון מקורב ווערן צום רבי'ן אלע זאגן אויף דיר און זענען מודה אז דו ביסט אויף א גוט פלאץ.


זארג נישט פאר דיין שידוך; אז דו וועסט זיך פירן מיט יראת שמים וועסטו טרעפן א גוטע שידוך. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אנשי שלומינו ווען זיי האבן געהאלטן ביי א שידוך טון מיט א טאכטער און זיי האבן געוואלט וויסן אויף א בחור צי ער איז אן ערליכער בחור צי נישט, אז זיי זאלן גיין קוקן ווי אזוי דער בחור דאוונט; אויב דער בחור דאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין, ער דאוונט אין א סידור, ער שטייט אויף איין פלאץ פון אנהייב דאווענען ביזן סוף דאווענען, ער דריידט זיך נישט ארום און ער שמועסט נישט קיין איין ווארט ביים דאווענען, דאס ווייזט אז דער בחור האט יראת שמים, אבער אויב דריידט ער זיך א גאנצן דאווענען אהער און אהין איז א סימן אז ער איז אינו מן הישוב.


נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען; דאוון מיט'ן בעל תפילה פון אדון עולם ביז אדון עולם וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און זוכה זיין צו א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.