בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.
רעד נישט מיט חוצפה חס ושלום, רעד מיט תחנונים, רעד מיט א לב נשבר; זאג: "טייערע מאמע עס איז מיר שווער צו זיין אליין, איך וויל חתונה האבן, און אז מען טראגט מיר אן א גוטע שידוך, בעט איך דיר טייערע מאמע, זאג עס נישט אפ".
אז דו וועסט רעדן מיט דרך ארץ - וועסטו זיכער פועל'ן. שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", ווייכע רייד נעמט אוועק אויפגערעגטקייט; זיכער צו עלטערן, צו א מאמע - דארף מען זייער אכטונג געבן און זיך פירן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען זאגט, חס וחלילה זאגן א ווארט שלא בכבוד. אז מען רעדט צו עלטערן נישט מיט דרך ארץ - טרייבט מען אוועק די שכינה הקדושה, אז מען רעדט צו עלטערן מיט זלזול - איז נישט ווערד גארנישט.
קום יעדן טאג אין ישיבה, זיי ממשיך מיט ח"י פרקים משניות, גמרא, הלכה, תהלים און דעם רבינ'ס ספרים. פארפאס נישט קיין איין טאג ישיבה, עס איז דא גרויסע מניעות צו פארפעלן א טאג ביי אונז אין ישיבה, ווייל יעדן טאג אין ישיבה קען מען קונה זיין וואס מען וועט נישט האבן א גאנץ לעבן, און ווען דו רעדסט מיט דיין מאמע זאלסטו איר בעטן בתחנונים, מיט א שטילע קול און מיט טרערן: "מאמע מיינע, איך האב דיך ליב, איך וויל נישט אוועק גיין פון ענקער שטוב, איך קען נישט מער, איך וויל חתונה האבן, איך בעט דיר טייערע מאמע, זאג נישט אפ די שידוכים וואס מען רעדט".
איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט רעדן מיט דרך ארץ - וועט זי מער נישט זאגן אז דו ביסט צו יונג, נאר וויבאלד דו שרייסט און דו פארפירסט - דאס מאכט זי זאל זיך עקשנ'ען און זאגן אז דו קענסט נאכנישט חתונה האבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.