בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו לערנסט זייער פלייסיג, און יעצט האסטו זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט די הייליגע תורה.
יעצט אז דו האסט געענדיגט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהויבן א שיעור אין גמרא תלמוד בבלי, הויב אן מסכת ברכות, גיי אין א סדר א בלאט נאך א בלאט. כאפ נישט די ווערטער, זאג שטייטלעך, זאג ארויס יעדע ווארט אויפן קול, אזוי וועסטו ווערן א גרויסער צדיק, ווייל דער הייליגער רבי זאגט אז מען זאגט גמרא און מען זאגט משניות - ווערט מען א גרויסער צדיק.
אויך זאלסטו טון די הייליגע זאך וואס דער רבי האט אונז געהייסן טון (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה; צו), זאלסט רעדן יעדן טאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן. זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, אדער אין דיין שלאף צימער, אדער ביינאכט אין בעט אונטער דיין דעק, אדער אין א ווינקל, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט נישט פאלגן די יצר הרע, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אויך זוכה זיין צו ווערן א צדיק.
אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, איינס - לערנען יעדן טאג אביסל גמרא אפילו אן פארשטיין, און די צווייטע זאך - רעדן יעדן טאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.
געב א גרוס פאר דיין טייערע טאטע.
ער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.