בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט רעדן שיין און איידל צו יעדן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


בעטסט מיר כסדר איך זאל דיר זאגן ווי אזוי זיך אויפצופירן, ווי אזוי צו ווערן בעסער; אלץ טראכט איך 'יא זאגן - נישט זאגן', 'יא שרייבן - נישט שרייבן'. איך וועל דיר שרייבן א קלייניקייט וואס וועט אסאך אויסמאכן.


דו ביסט א טייערער אינגערמאן, באמת א וואוילער, א לב טוב; ביסט א גוטער מענטש, דו לערנסט, דו דאווענסט, דו טוסט חסד וכו' וכו', עס בלייבט איבער א קלייניקייט וואס קען זיין דו ביסט נישט שולדיג, דו ביסט אזוי אויפגעוואקסן, אזוי האט מען צו דיר שטענדיג גערעדט, אזוי האסטו געהערט טאג און נאכט אז דאס איז די וועג פון רעדן צו אנדערע.


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו בעט אין די תפלה קודם התפלה: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", מיר זאלן רעדן צו אונזערע פריינט שיין און איידל; אז דו וועסט ארבעטן אויף די נקודה, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל רעדן שיין, נישט שטעכעדיג, נישט פליקעדיג, נישט שפיזיג; העלף מיר אייבערשטער אז מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן", דעמאלט וועסטו האבן חן אין יעדנס אויגן.


מיר זענען געקומען צום רבי'ן, דארפן מיר רעדן אזוי ווי דער רבי וויל מיר זאלן רעדן - מיט דרך ארץ. מוהרא"ש זאגט, אנשי שלומינו פלעגן זיך רופן 'רבי' איינער דעם צווייטן, ר' אייזיק, ר' שבתי, ר' ארי, ר' שלומי.


גיי התבודדות אויף די נקודה - וועסטו עס קענען טוישן.