בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן צניעות זאל אייך נישט זיין אן אפקומעניש. מיט תפילה קען מען פועל'ן אלעס, מיט תפילה קען מען אויסדרייען דעם מח מען זאל וועלן און ליב האבן יעדע זאך פון די תורה.
איך קען פערזענליך משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאט די זאך אין אנהויב, עס איז זיי געווען שווער מיט די האר, זיי האבן נישט געוואלט אפשניידן די האר, און אויך מיט די נעגל, זיי האבן נאר געוואלט שמירן די נעגל און אזוי ווייטער, און מיט אסאך תפילה והתבודדות, זיי האבן יעדן טאג געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין איידל, איך זאל מיך וועלן אפשערן די האר, איך זאל נישט וועלן מער שמירן די נעגל, איך זאל ליב האבן די איידעלע וועג, איך זאל נאר ליב האבן וואס די צדיקים זאגן"; אזוי האבן זיי געבעטן טעג און וואכן און אפילו יארן, און היינט זענען זיי זייער איידל און פירן שיינע ערליכע שטובער.
מיט תפילה וועט איר אנקומען צו די שענסטע פלעצער.