בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
פארוואס זאלט איר זיך עקשנ'ען פאר א בחור פון ישיבה? עס איז נישט גוט זיך צו עקשנ'ען ווען עס קומט צו א שידוך - אויף קיין שום זאך, מען דארף זיך עקשנ'ען נאר אויף איין זאך, בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל חתונה האבן מיט אן ערליכער בחור, וואס מיר וועלן קענען אינאיינעם אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות".
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן יח:) רבא האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט פאר א געוויסע שידוך, האט אים רבא געזאגט: "נישט אזוי בעט מען דעם אייבערשטן, דו בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך; זאלסט האבן א גוט לעבן, אן ערליכער מאן וואס מיט אים וועסטו קענען אויפשטעלן א ערליכע שטוב".
היינטיגע צייטן איז זייער שרעקעדיג, מען ווייסט נישט פון אינדרויסן וואס דער מענטש איז, אסאך מענטשן שפילן א טאפלטע לעבן; מען קען אויסקוקן אינדרויסן א וואוילער בחור און קיינער קען נישט חלומ'ן וואס ליגט אונטערן שיינע רעקל, אונטערן שיינעם היט, מען איז אייגעטונקען אין עבירות וואס דאס ברענגט צו כפירה רחמנא לצלן, מען קען אריינפאלן מיט איינעם וואס וויל נישט לעבן א אידישע לעבן.
דערפאר דארף א מיידל בעטן איר גאנץ לעבן: "הייליגער באשעפער געב מיר א מאן וואס איז ערליך, א מאן מיט אמונה, א מאן וואס וועט זיין גוט צו מיר, מיר וועלן לעבן א גוט לעבן, א זיס לעבן, א אידישע לעבן; א מאן מיט וועם איך וועל קענען אויפשטעלן א ערליכע שטוב, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות".
מיינטס נישט אז יעדער בחור וואס דריידט זיך אין ישיבה האט א שייכות מיט'ן רבי'ן, נישט יעדער וואס דריידט זיך אין ברסלב איז ברסלב; מען קען זיין ביים צדיק און אלעס איז פארלאשן. דער רבי ברענגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יז) דעם זוהר (פרשת חיי שרה, דף קכח.) אז עפרון האט געהאט די מערת המכפלה, פאר אים איז דאס געווען א טונקעלע פלאץ, ער האט דאס אנגעקוקט ווי א שלעכטע פלאץ, ער האט געוואלט פטור ווערן פון דעם, ווידער אברהם אבינו האט געזען דאס ליכטיגקייט דערפון, ער האט געזען די שיין וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ, אז דאס איז דער טויער פון גן עדן, האט ער דאס אפגעקויפט; זעט מען פון דעם אז א מענטש קען זיין ביים צדיק און פאר אים איז דאס א טונקעלע פלאץ.
עקשנ'ט זיך נישט פאר א בחור פון אונזער ישיבה, עקשנ'ט זיך נאר אויף איין זאך: נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, נישט אפלאזן דעם צדיק - דער הייליגער רבי; אויף דעם דארף מען זיין פאר'עקשנ'ט, אז דער רבי זאל בלייבן אונזער רבי אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.