בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, התחדשות, רבינו ז"ל, פסח, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש, תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק טייערע חברים, מיר שטייען יעצט אין אזא הייליגע צייט, שבת החודש שבת מברכים ניסן, ערב דעם הייליגן רבינ'ס געבורטסטאג; דער רבי איז געבוירן געווארן ראש חודש ניסן, אינעם טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש סדר עולם, פרק ז): "רֹאשׁ חוֹדֶשׁ נִיסָן נָטַל עֶשֶׂר עֲטָרוֹת"; דאס גייט ארויף אויף די מתנה פון די צען קאפיטלעך תהילים, וואס איז אראפגעקומען אויף די וועלט ראש חודש ניסן; איז יעצט א צייט וואס מען דארף זיך פון פריש באנייען, פון פריש זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


טייערע ברידער, טייערע חברים; לאמיר אנהייבן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה; ווען עס וואלט נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט פארגעסן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי"; דאס איז געווען ביים רבי'ן א וויכטיגער יסוד, מען זאל אלץ אנהייבן פונדאסניי, נישט זיך קלאפן מיט'ן עבר נאר גיין ווייטער.


איך בעט אייך מיינע ברידער, מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל; אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן. מיר דארפן זיך באנייען, מיר דארפן אנהייבן נוצן די עצות. די עצה פון התבודדות; גיין אין א ווינקל, א פלאץ וואו קיינער הערט נישט און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. איר וואוינט אין ארץ ישראל, איר זענט ארומגענומען מיט אזוינע הייליגע צדיקים, וואו מען גייט און וואו מען שטייט ליגן די הייליגע צדיקים וואס אויף זיי שטייט די וועלט; כאפט א שפאציר, גייט צו א ציון פון א צדיק אינמיטן טאג, ביינאכט אדער פארטאגס און זייט אייך מתבודד דארט.


מיר שטייען יעצט נאנט צום הייליגן יום טוב פסח, מיר דארפן שוין אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים, ארויסגיין פון אלע טמאות און אנקומען צו די קדושה פון יום טוב פסח. פסח איז די אותיות פֶּה סָח (פרי עץ חיים שער חג המצות, פרק ז; ועוד); מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן זען און פארשטיין אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער. אזוי גייט מען ארויס פון פרעה; פרעה איז די אותיות פֶּה רַע (ספר הליקוטים פרשת שמות, דבור המתחיל "ויגדל הילד"), א שלעכט מויל, א מויל וואס שעלט, א מויל וואס טשעפעט, א מויל וואס רעדט זיך אפ, א מויל וואס בארעדט אנדערע און טוט וויי אנדערע; דורך פסח, פה סח - גייט מען ארויס פון די קליפות.


רעדט נאר פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים. ווען איר קומט זיך צאם זאלן זיין די דיבורים נאר פון רבי'ן, זייט מקבל איינער פון צווייטן שיינע זאכן פון רבי'ן, שיינע שמועסן. דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט איז דער רבי, דארט וואו מען רעדט נישט פון רבי'ן, מעג זיין א גרויסע טאוול "בית המדרש ברסלב", אבער אז מען רעדט נישט פון רבי'ן - איז דער רבי נישט דארט.


זאלט איר נאר רעדן פון רבי'ן; דערציילט מעשיות פון רבי'ן, מעשיות פון אנשי שלומינו ובעיקר מעשיות פון הפצה. ווער עס גייט הפצה איז מחויב צו דערציילן פאר אנשי שלומינו יעדע פרט פון הפצה, דאס געבט חשק פאר אנדערע זאלן אויך אנהייבן גיין הפצה. ווען מען הערט ווי מענטשן זענען זיך מחי', מענטשן דערציילן ווי זייער לעבן האט זיך איבערגעדריידט, עס איז זיי זיס געווארן - דאס מאכט מען זאל בלייבן פרישע מקורבים, נישט אלט געזעצן. קוקט גוט וועט איר זען אן אינטערעסאנטע זאך, די מפיצים זענען אלץ פריש, ווייל זיי זעען יעדע רגע ווי דער רבי איז מחי' מתים.


די וואך האב איך געהאט א געמישטע וואך, פון איין זייט בין איך א בעל שמחה, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א געזונטע אינגל למזל טוב; פון די אנדערע זייט האב איך פארלוירן מיין גרויסער זיידע זכותו יגן עלינו, דאס איז מיר זייער שווער.


איך האב געהאט די זכי' אים משמש זיין לאנגע יארן; מיין זיידע האט געהאט זייער א גרויסע הרגשה אין הייליגן רבי'ן, ער האט מיר גענומען אלס בחור מיט זיך קיין אומאן. מיר זענען געפארן אין גאנץ אוקריינע, ראמעניע, אונגארן און פולין - ביי זייער אסאך מקומות הקדושים, און ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מיין זיידע געמאכט דארט א סטאנציע, מען איז געגאנגען אין מקוה, געדאווענט שחרית און נאכדעם געזאגט אינאיינעם די צען קאפיטלעך תהילים. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביים ציון פון רבי'ן פון דאס גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך, ער האט געוויינט ביים ציון און נאכגעזאגט וואס דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמאר ברענגט אין הייליגן ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז דער רבי האט געוויסט ברוח הקודש וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, ער שרייבט בזה הלשון: "וזה ענין של רוח הקודש, שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא".


איך האב מיטגעהאלטן ווי ער פלעגט געבן געלט פאר ברסלב'ע חסידים זיי זאלן קענען פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און מיט געשיקט א קוויטל "יחזקאל בן יהודית"; ער האט זייער חשוב געהאלטן ברסלב'ער חסידים.


מיין זיידע פלעגט מיר זייער אסאך מחזק זיין אין מיינע יונגע יארן איך זאל זיך מאכן א שיעור גורס זיין משניות; ער האט מיר געבעטן אלס חתן נאכאמאל איך זאל יעדן טאג זאגן אכצן פרקים משניות. ער פלעגט זיין גאנץ לעבן זאגן משניות, זיין גאנץ לעבן איז געווען נאר דינען דעם אייבערשטן.


מן השמים איז געווען אז איך זאל מאכן די וואכטנאכט מאנטאג נאכט און דינסטאג דעם ברית אויף מיין זון יחזקאל נרו יאיר, דאס האט אפגעהאלטן איך זאל נישט מיטגיין קיין ארץ ישראל; איך האף און איך בעט צו קענען קומען קיין ארץ ישראל, זיין מיט ענק און זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די הייליגע עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.