בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן צדקה, אן קיין רחמנות
הפצה, צדקה, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אשר בער אינדארסקי נרו יאיר


יישר כח פארן אראפנעמען די עול פון דארפן דאגה'נען פאר די רענט פאר די ישיבה און פאר די נייע בנינים וואס דו מיט דיין שיתוף שבתי מארקוס נרו יאיר זארגן און שאפן די געלט, ענק העלפן מיר איך זאל זיך אביסל קענען צאמנעמען מיין מח צו לערנען מיט די בחורים און צו טון מיט די אינגעלייט וכו' וכו'.


שוין נישט קיינעם, האב נישט מורא צו בעטן פון אלעמען צדקה, אדרבה, וואס מער דו וועסט בעטן צדקה און מען וועט דיר געבן, מיט דעם טוסטו זיי שוינען, דאס איז די עכטע רחמנות; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן האט מען צאמגענומען צדקה פארן קלויז, און דארט איז געווען אן ארעמאן וואס האט גארנישט געהאט און מען האט נישט געוואלט צוגיין צו אים בעטן צדקה, ווייל ער פלעגט געבן אלעס וואס ער האט פארמאגט... מען האט אים געשוינט...


ווען דער ארעמאן, דער ברסלב'ער חסיד האט געזען ווי מען וויל נישט נעמען פון אים איז ער געקומען צו די גבאי צדקה און געוויינט: "האטס רחמנות אויף מיר, איך האב טאקע גארנישט, איך האב נאר די איין רענדל, האטס רחמנות אויף מיר, נעמט עס פון מיר, איך וויל עפעס מיט נעמען אויף יענע וועלט, איך דארף רחמנות, וואס וועט זיין מיט מיין נשמה..."


אזוי זאלסטו קוקן אויף אנשי שלומינו, האב רחמנות, נעם וואס מער צדקה, דאס איז די עכטע רחמנות.