בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך צו הערן אז איר האט זיך מחי' געווען מיט די בריוו פון עצתו אמונה; די בריוו פאר די פרוי וואס איר מאן שטייט אויף שפעט. איר פלעגט זיך זייער אויפעסן פון דעם אז אייער מאן שטייט אויף שפעט, טיף אין טאג, ווען איר קומט אהיים פון ארבעט שלאפט ער נאך וכו'; עס האט אפגעקילט אייער ליבשאפט וכו', און יעצט נאכן ליינען דעם בריוו האט עס געטוישט דעם בליק אויף אייער מאן, עס האט אייך געמאכט אים ליב האבן.
א שאד וואס מענטשן שרעקן זיך פון ברסלב; ווען מען וואלט ווען געוואוסט וואס ברסלב איז, וואס פאר א שכל דער רבי געבט אין יעדע פרט אין לעבן - וואלטן אלע געקענט האבן די זיסע לעבן וואס מיר לעבן.
בעטס דעם אייבערשטן סיי עס זאל אייך נישט באדערן דאס פון אייער מאן און אויך אויף דעם אז ער זאל אויפשטיין אין צייט און האבן א סדר היום ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט; אבער בעיקר בעטס אסאך דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, דעמאלט וועט איר זיין גליקליך און צופרידן.
אז איר נעמט אן די חיזוק וועל איך אייך ווייטער געבן חיזוק.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.