בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער, און שטארקט אייך מיט אמונה; חזר'ט 'דער אייבערשטער איז גוט און ער מאכט נאר גוט'.
בנוגע קיין צום דאקטער און וועגן ווייטאמינען; אז אייער מאן וויל דאס - זאלט איר אודאי אזוי טון.
זאגט תהילים און רעדט צום אייבערשטן אין אייער שפראך, בעטס פאר קינדער, טוט וואס חנה האט געטון ווען זי האט געוואלט אזוי שטארק א קינד, זי האט זיך אויסגע'טענה'עט מיטן אייבערשטן, זי האט אזוי שיין געבעטן, עד כדי כך אז מיר לערנען ארויס גאנצע הלכות אין תפילה - פון חנה (ברכות לא.)
איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.