בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
בשם די גאנצע קהלה טוען מיר זיך באדאנקען פאר דיר אז די יאר האבן מיר נאכאמאל זוכה געווען צו האבן ברסלב'ע מצות, נאכדעם וואס דו האסט זיך אזוי אוועק געגעבן און זיך אזוי איבערגעארבעט מער פון דיינע כוחות, אז די בעקעריי אין שטעטל זאל זיין אפן, און אז עס זאל זיין גוטע מצות.
די מצות האבן אסאך מעלות, אבער די גרעסטע מעלה איז, אז יעדע ריר, יעדע פינטל פון די מצות און פון אלעס ארום - איז איין שטיק תפילה, און דאס איז די סוד פון די הצלחה און פון די גוטע טעם, ווייל מען בעט דעם אייבערשטן. אלע בעטן דעם אייבערשטן; ... וואס געבט די וואסער, און ... דער קנעטער, ... וואס געבט די מעל, און אלע ווייבלעך וואס וועלגערן, ... ביים רעדלען און ... ביים שיבן, און ... ביים פאקן, און דו איבער זיי אלע, און אויך איך, אלע אלע בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיין נזהר פון א משהו חמץ; דאס איז די מעלה.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך איך זאל חס ושלום נישט נכשל ווערן מיט עסן חמץ, איך זאל זיין אפגעהיטן פון א משהו חמץ"; ווייל נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו דעם, און אויב מען רעדט זיך איין אז מען קען אליין אכטונג געבן און מען איז נישט מתפלל - קען מען חס ושלום נכשל ווערן. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, נאכדעם וואס ער איז געפארן מאכן וויין פארן בעל שם טוב, ער האט עס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע כוונות, און אויפן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ, און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "ווי קען זיין אז נאכן זיך אזוי איבערשטרענגען און נאכן אריינלייגן אין די ארבעט אזויפיל פלאג און אזויפיל הארץ - זאל דאס פאסירן?" האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט מצליח זיין?" האט ער געענטפערט אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.
בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך יום טוב און צו ווערן ניצול פון א משהו חמץ, בעט: "הייליגער באשעפער העלף מיך איך זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם הייליגן יום טוב בשמחה ובטוב לבב, און איך זאל זוכה זיין צו ווערן אפגעהיטן און נישט נכשל ווערן אין א משהו חמץ. איך זאל מיך פרייען א גאנץ יום טוב, העלף מיך אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך און צופרידן. העלף מיך איך זאל זיך נישט קריגן מיט קיינעם, איך זאל לעבן מיט אמונה און איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר".
איך וויל זייער שטארק פארברייטערן די מצה בעקעריי, איך וויל עס אוועק נעמען פון מיידל קעמפ; איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.