בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז מען בעט אייך איר זאלט רעדן פאר עלטערן, זאלט איר דער עיקר רעדן דיבורי חיזוק; מוסר איז דא גענוג וואס געבן, מיר דארפן געבן חיזוק, חיזוק טוט אסאך מער אויף ווי מוסר און התעוררות. רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען מען ווערט נתעורר פון מוסר האלט דאס נישט אן פאר צו לאנג, אבער ווען מען ווערט נתעורר פון חיזוק דעמאלט האלט אן די התעוררות פאר גאר לאנג".
ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידישע מאמעס, ווי חשוב אידישע פרויען זענען ביים אייבערשטן און אז די גאנצע וועלט שטייט אויף זיי; מיט דעם וואס זיי שיקן די אינגלעך אין חדר לערנען די הייליגע תורה און די מיידלעך אין סקול לערנען ווי אזוי צו זיין איידל און הייליג - אויף דעם שטייט די וועלט.
זייט מחזק די עלטערן זיי זאלן זיין פרייליך; אז די מאמע איז פרייליך ווערט די גאנצע שטוב פרייליך, און אז די מאמע וויינט - וויינען אלע. די קינדער וואס האבן א דערביטערטע מאמע - וואקסן אויף דערביטערט.
מיין מאמע תחי' האט מיר דערציילט, עס איז געווען א פרוי וואס ווען עס האט גערעגנט פלעגט זי זייער שטארק וויינען, קיינער האט נישט געוויסט פארוואס זי וויינט, די פרוי אליינס האט אויך נישט געוויסט פארוואס זי וויינט; זי פלעגט זיין אין א פרייליכע גוסטע און ווי נאר עס האט אנגעהויבן רעגענען פלעגט זי זייער וויינען, ביז מען האט אויסגעפונען דעם סוד, איר מאמע פלעגט האבן פרנסה פון וואשן וועש, ווען עס האט גערעגנט האט זי נישט געקענט אויסטרונקענען די וועש, זי האט פארלוירן פרנסה אין די טעג, זי פלעגט אזוי וויינען ווען עס האט גערעגנט; יארן איז אריבער, די פרוי איז שוין לאנג געשטארבן און די קינדער און אייניקלעך וויינען נאך עד היום הזה.
רעדט צו די עלטערן זיי זאלן נישט האבן אין שטוב קיין טעלעפאן; א רחמנות אויף די קינדער וואס די מאמע האט א טעלעפאן, זיי זענען נעבעך לעבעדיגע יתומים. זיי קומען אהיים, זיי האבן נישט ווער עס זאל שפילן מיט זיי, די מאמע איז פארנומען מיט די טעלעפאן איינקויפן, די מאמע איז פארנומען שפילן געימס, די קינדער וואקסן אויף נישט גוט.
דער אייבערשטער זאל אייך געבן די ריכטיגע ווערטער וואס צו רעדן פאר די עלטערן, עס זאל זיין דברים היוצאים מן הלב, וועט עס אריינגיין אין אלע הערצער.