בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#31 - איך האלט אז מען קען דא צוריק מאכן א גן עדן שטוב
שלום בית, מוסר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז מיר נישט איינגענעם צו געבן א פארציע מוסר, אבער ווען א שטוב האלט ביים איינפאלן און מען קען עס ראטעווען – דארף מען אלעס טון.


איך האב זיך ערשט יעצט דערוויסט וואס איז פארגעגאנגען צווישן אייך און אייער טייערער מאן, ווי איר האט אים אויסגעטרינקען יעדע טראפ בלוט, איר האט אים אזוי דערביטערט זיינע יארן אז עס איז אים נמאס צו לעבן; ווען איך האב אים געפרעגט 'היתכן האסט גארנישט דערציילט', האט ער געזאגט ער האט געמיינט אז דאס איז שלום בית, די ווייב פייניגט און מען לאזט זיך.


עס טוט מיר אזוי וויי אז מיין טייערער ליבער תלמיד וואס איז א שטיק גוטס זאל אזוי ליידן עטליכע יאר אנדעם וואס איך זאל וויסן, אן דעם וואס איינער זאל אים קענען טרייסטן.


יעצט האלט עס ביי א מצב וואס ער וויל פון גארנישט הערן, ער איז אויסגעברענט, טויט וכו', ער שפילט א שפיל פאר זיינע חברים, אבער ער איז אין א סכנה.


איך וואונדער זיך, ווי קען זיין אזא זאך, א אידיש קינד זאל זיך אזוי אויפפירן, אויך איז ער אויף מיר ברוגז אז איך האב אים צוגערעדט צו די שידוך וכו' וכו'.


אייער מאן איז שוין מיואש, אבער איך נישט; איך האלט אז מען קען דא צוריק מאכן א גן עדן שטוב, איך ווייס אז אויב איר וועט אים איבערבעטן און זיך טוישן, איר וועט רעדן שיין מיט דרך ארץ צו אים, איר וועט אים נישט פארשעמען ברבים און נישט ביחוד, איר וועט צוריק אנהויבן היטן די הלכות וכו' – וועט דער אייבערשטער צוריק קומען צו ענק אין שטוב, עס וועט זיין די שכינה אין שטוב, מען וועט ארויסטראגן די גוי'אישע מאוויס – וועט ווערן א ריינע לופט.


בעטס איבער אייער מאן; נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, אן א שיעור מאל; ווייל ווען מען האט זיך איין מאל פארזינדיגט – קען מען מיט איין מאל איבערבעטן, אבער ווען מען האט אויפגעגעסן צוויי יאר קישקעס – קען מען נישט מיט איין מאל איבערבעטן און ערווארטן מען זאל עס פארגעבן, מען דארף אסאך איבערבעטן, און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל צוריק קומען אין שטוב.


איך האב נאך אסאך צו רעדן מיט אייער מאן און מיט אייך, איך וועל אלעס טון ענקער שטוב זאל נישט צעפאלן און די ליבשאפט זאל צוריקקומען שטערקער ווי פריער, און די שכינה זאל זיין ביי ענק.

#30 - א גוט ווארט איז שטערקער פון מוסר און פון קנסות
צניעות, לערערין, חינוך הילדים, מוסר, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט זיך מיט אייער הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די תלמידות פון "בית פיגא" – אמונה, יראת שמים און מידות טובות.


לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו אידישקייט דורך זיי געבן גוטע ווערטער; א גוט ווארט איז שטערקער פון מוסר און פון קנסות, א גוט ווארט קען טוישן דעם מענטש פון איין עק ביזן צווייטן עק.


קיינמאל זאלט איר נישט נוצן די וועג פון זאגן: "ביסט נישט צניעות'דיג", "ביסט נישט גוט", אדער: "שיקצע", "פריצקע"; די ווערטער האבן נאך קיין איינעם נישט בעסער געמאכט, נוצט די אנדערע וועג, נוצט דעם רבינ'ס וועג, פון זאגן פאר יעדן איינציגסטע תלמידה: "ביסט אזוי איידל", "ביסט אזוי וואויל", "ביסט טייער", "ביסט ליכטיג"; די ווערטער העלפן, די ווערטער טוישן מן הקצה אל הקצה.


האט נישט מורא צו זאגן פאר די תלמידות מיט א קורצע סקוירט, מיט לאנגע האר – א גוט ווארט, אז זיי זענען איידל; נאר די וועג העלפט.

#29 - א מלמד זאל נישט קארגן קיין גוטע ווערטער, און רעדן אסאך אמונה
קאמפלימענטס, קדושה, אמונה, מוסר, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה, תורה ויראת שמים; אין אזא דור וואס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות – ברענגסטו אריין קדושה ואמונה.


עס איז דא צוויי וועגן צו רעדן צו די קינדער, אדער רעדן קעגן די פראבלעמען, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה – אז אלע פראבלעמען פאלן אוועק. עס זענען דא מלמדים וואס רעדן טעג און וואכן פון די פראבלעם און פון די פרצה וכו', אבער דעם רבינ'ס וועג איז רעדן אזויפיל פון אייבערשטן – ביז עס ווערט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו נישט קארגן גוטע ווערטער; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער – דאס דארף מען זייער קארגן, און ממש בלית ברירה, נאכן גוט אדורכטראכטן – נוצט מען אמאל די ווערטער, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער – זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן", ווער עס האט א קליינעם פארשטאנד, "יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", דארף מער כבוד.

#28 - דיין טאטע איז אלט און שוואך, גיי אריבער יעדן טאג אים צו באדינען
כיבוד אב ואם, מוסר, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי נישט בייז אז איך זאג דיר מוסר, איך וויל נאר דיין אייביגע גוטס.


האסט אן אלטן טאטן, אלט און שוואך, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אים; פארוואס זאלסטו נישט אריבערגיין יעדן טאג אים משמש זיין? עס איז דאך די גרעסטע מצוה אויף דער וועלט מכבד זיין א טאטע, משמש זיין א טאטע; איך וויל נישט זאגן פאר אנדערע וואס צו טון, הלוואי זאל איך אליינס זיין אן ערליכער איד, אבער דו זאגסט מיר שטענדיג: "דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן ווי צו לעבן", "דער ראש ישיבה זאל מיך פאררעכטן אויב איך טו נישט גוט" – דערפאר זאג איך דיר.


דיינע אלע עבודות השם וואס דו דינסט דעם אייבערשטן איז זייער הייליג און חשוב, אבער די מצוה פון כיבוד אב ואם, אז מען האט אן אלטע שוואכע טאטע וואס ליגט אין בעט - ווי קען מען זיך פטר'ן מיט צושטעלן אן ערל? פארוואס זאלסטו נישט גיין יעדן טאג אים משמש זיין?


איך האב געלערנט כיבוד אב ואם פון מיינע עלטערן; מיין טאטע שליט"א, מיין מאמע תחי' – כל זמן זיי האבן געהאט זייערע עלטערן – האבן זיי טאג און נאכט באדינט די עלטערן. אויך מיין שווער שליט"א, כל זמן זיינע עלטערן האבן געלעבט – האט מען אים געזען טאג און נאכט משמש זיין די עלטערן.


איך שרייב דיר, איך וויל זאלסט אריינכאפן צו קענען טון די מצוה.

#27 - אז ער דארף גארנישט, קענסטו אים גארנישט צונעמען
אמונה, חסידות ברסלב, מוסר, סיפורי צדיקים, פירושים, נ נח

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת תרומה, ג' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך נאך ענק, איך טראכט פון ענק און איך בין מיט ענק. איך וויל אייך שרייבן שיינע זאכן וואס מיר זעען אין די פרשה, לויט די הקדמות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, תמצית דברי רבינו.


שטייט די וואך אין די פרשה (שמות כו, כח): "וְהַבְּרִיחַ הַתִּיכֹן בְּתוֹךְ הַקְּרָשִׁים מַבְרִחַ מִן הַקָּצֶה אֶל הַקָּצֶה". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת צח:) אז דאס איז געווען בדרך נס, ווייל א האלץ איז נישט ווייך, עס איז הארט, און א הארטע זאך קען זיך נישט בייגן, דאך איז דאס געגאנגען פון איין זייט - פון צפון - צו מעריב, און צוריק צו דרום; דארפן מיר פארשטיין וואס וויל אונז די תורה ווייזן מיט די נס? וואס האט אויסגעפעלט די זאך? דער אייבערשטער מאכט דאך נישט קיין ניסים פאר אומזיסט, עס וואלט געקענט זיין באזונדערע שטאנגען פאר צפון, מעריב און דרום!


נאר דער הייליגער רבי האט דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסב) עס איז געווען אין די צייטן פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו - א רייכער מענטש, א יחסן, ער האט געשטאמט פון א חשוב'ער משפחה, ער איז געווען א מתנגד אויפ'ן הייליגן מגיד, און דער מגיד האט זייער געבעטן זיינע מענטשן זיי זאלן מקרב זיין דעם איד צו אים. ווען דער איד איז מקורב געווארן איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער מגיד געזאגט: "שֶׁאֵלּוּ שְׁנֵיהֶם אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ בְּמָקוֹם אֶחָד", תּוֹרָה וּגְדֻלָּה גייט נישט אינאיינעם, "הָרוֹצֶה לְהַחְכִּים יַדְרִים, לְהַעֲשִׁיר יַצְפִּין", ווייל ווער עס וויל ווערן קלוג - זאל זיך ציען קיין דרום, און ווער עס וויל זיין רייך זאל גיין קיין צפון - מען קען נישט זיין אויף איינמאל אין איין פלאץ, פירט דער רבי אויס, דאס איז ווען דער מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש איז עפעס, ער איז א מציאות; אזא איינער קען נאר זיין אדער דא אדער דארט, אבער ווען מען איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען איז גארנישט - דעמאלט קען מען יא האבן ביידע זאכן, סיי חכמה און סיי עשירות, אזוי ווי מיר זעען ביי די גרויסע צדיקים, משה רבינו און רבינו הקדוש - זיי האבן געהאט די גרעסטע מאס חכמה און די גרעסטע עשירות.


דאס קומט אונז די תורה ווייזן מיט דעם נס, אז צפון און דרום זענען טאקע צוויי זייטן, אבער אויב מען איז אין בית המקדש, אין משכן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט - קען אפילו א הארטע האלץ זיך דרייען פון רעכטס צו לינקס און פון לינקס צו רעכטס, עס איז איין זאך, מען קען זיין ביי צפון און ביי דרום אין איין צייט, מען קען האבן סיי דעם שלחן וואס ליגט אויף צפון זייט וואס איז מרמז אויף עשירות, און סיי די מנורה, חכמת התורה - וואס ליגט אויף דרום.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט ביי די שיעורים שטענדיג, ווען א מענטש האט עפעס, ער שפירט ווי ער איז עפעס, ער דארף זאכן - דעמאלט קענסטו אים צונעמען, קענסט אים טשעפען, קענסט אים צעברעכן, אבער ווען א מענטש איז ביי זיך בטל צום אייבערשטן; ער איז גארנישט, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט און האט גארנישט - נעם אים עפעס צו... קענסט אים גארנישט צונעמען, קענסט אים נישט מבטל זיין.


דאס האט מען זוכה געווען צו שפירן אין משכן און אין בית המקדש, מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט, אזא גילוי אלקות; מען האט שוין גארנישט געדארפט.


דאס איז חיזוק פאר שלום בית. מען קען לעבן מיט די ווייב נאר אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, נאר אזוי קען מען זיך בייגן און נישט פארנעמען א פלאץ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא צט.): "מָקוֹם אָרוֹן אֵינוֹ מִן הַמִּדָּה", עס האט נישט געשטימט; שכל'דיג האט עס נישט קיין פשט, ווי אזוי מען קען זיך אויסקומען; "בְּנֵס הָיוּ עוֹמְדִין".


איך וויל בעטן אלע תלמידי היכל הקודש, אז דו גייסט אין א געשעפט און דו זעסט אז ער פארקויפט די קאפל וואס מאכט חוזק פון הייליגן רבי'ן, עס האט די אותיות פון הייליגן רבינ'ס נאמען - זאלסטו אים שיינערהייט זאגן אז דאס איז א געשפעט פון א צדיק. זאג אים אז דאס פארשעמט דעם צדיק און דאס פארשעמט אונז ברסלב'ער חסידים, מיר ליידן זייער פון דעם. אז ער וועט נישט פארשטיין וואס דו רעדסט - זאלסטו אים שיינערהייט פרעגן: "ווי אזוי וואלט זיך עס געשפירט ווען דו זעסט אין די געשעפטן א קאפל מיט דיין רבי'ס נאמען אין א חוזק וועג, אויסגעלייגט די אותיות?" בעט אים שיינערהייט ער זאל דאס נישט פארקויפן.


די גאנצע זאך פון "נ נח" - איז אויסגעזויגן פון די פינגער, מוהרא"ש האט שוין אזויפיל געשריבן און גערעדט פון די צרה. עס איז געווען א איד אין טברי' רבי ישראל בער אודעסער זכרונו לברכה, א ברסלב'ער חסיד, מען האט אים דארט זייער געפייניגט און גע'רודפ'ט. ווען מען ליינט וואס ער איז אריבער - כאפט א פחד; מען האט פארגאסן זיין בלוט, ביז ער איז ממש אריינגעפאלן אין אן עצבות ומרה שחורה. דארט אין טברי' האט געוואוינט א איד רבי יואל אשכנזי זכרונו לברכה, א פרייליכער איד, ער האט נישט געקענט צוזען ווי מען רודפ'ט דעם רבי ישראל בער; 'ווייל ער איז א ברסלב'ער דארף מען אים רודפ'ן? ווייל ער האלט אנדערש פון דיין חסידות - קומט אים דאס?!' האט ער געמאכט א שפיצל אים פרייליך צו מאכן, ער האט אריינגעלייגט אין זיין לקוטי מוהר"ן א צעטל אויפגעשריבן דערויף: 'פתקא מן השמים' מיט די ווערטער 'נ נח', און פון דעם איז געווארן די גאנצע משוגעת, ער האט אים געוואלט פרייליך מאכן, ער זאל מיינען אז ער האט באקומען א צעטל פון רבי'ן וכו' און נעבעך דער רבי ישראל בער האט געמיינט אז דער רבי האט אים אריינגעלייגט א צעטל וכו', און פון דעם ליידן מיר עד היום הזה.


וויי און ביטער איז אז מען איז מבזה א צדיק, די אלע זענען מרחק מענטשן פון ברסלב, זיי זענען גורם די אלע מחלוקות אויף ברסלב, (פארשטייט זיך דאס זאלט איר טון שיינערהייט, נישט מאכן קיין מחלוקות; בעטן שיינערהייט, נאר אזוי פועל'ט מען).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#26 - זיך קיינמאל אריינמישן אין יענעמ'ס געשעפטן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, משפחה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט דעם כלל אין לעבן: זיך קיינמאל אריינמישן אין יענעמ'ס געשעפטן, נישט ביי ברידערס און נישט ביי שוועסטערס; אז אייער ברודער גרייט זיך צו מאכן א שידוך מיט א נישט געזונטע - האט דאס נישט מיט אייך, שטייט פון דער זייט, מישט זיך נישט אריין, ווייל מען וועט נאר האבן טענות אויף אייך און עס וועט ווערן א ריס אין די פאמיליע.


סיידן אויב מען פרעגט אייך אייער מיינונג, דעמאלט קענט איר זאגן אייער מיינונג, אבער ווי לאנג מען פרעגט אייך נישט - זאלט איר שטיין פון דער זייט.


אז אייערע עלטערן האבן צער - זאלט איר זיי אויסהערן און חס ושלום נישט מישן קיין קאשע. העצט נישט די עלטערן אויף די ברידער, הערט אויס אייער מאמע און זייט איר מחזק מיט אמונה, זייט אייך מחזק מיט תפילה, בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין גוט פאר יעדן איינעם.


פארגעסט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן טאג און נאכט פאר אייער משפחה. דער קאפ ווערט פארדריידט מיט דאס און יענץ, און מען פארגעסט צו זאגן "שכוח אייבערשטער" פאר וואס מען האט; טאג און נאכט זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר וואס איר האט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - קיינמאל נישט ארויסשיקן א מענטש וואס קומט עסן ביי א שמחה
קאמפלימענטס, צדקה, מדות טובות, מוסר, שמחות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינמאל זאלט איר נישט אויפשטעלן א מענטש וואס קומט עסן ביי א שמחה. העכסטנס קען מען אויסרופן נאך א פרויען צאמקום אז די חתונה סעודות אין ישיבה איז בצמצום, עס איז נישטא קיין פלאץ, עס איז נאר פאר משפחה; אבער מען קען נישט אויפשטעלן מענטשן, ארויס שיקן מענטשן פון א שמחה. דער בית המקדש איז דאך חרוב געווארן צוליב דעם וואס מען האט ארויסגעשיקט א מענטש פון א שמחה (גיטין נה:).


געבט גוטע ווערטער פאר יעדן איינעם, דאס איז די גרעסטע צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - מיט די דריי פונקטן פון הייליגן רבי'ן, וועסטו פועל'ן ביי דיין ווייב
שלום בית, שערן די האר, סבלנות, מוסר, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, כ"ד שובבי"ם, י' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל פועל'ן ביי די ווייב זי זאל זיך אפשערן וכדומה דארף מען רעדן פון דאס שיינקייט פון די זאך, נישט פון די שוועריקייט וואס דאס ברענגט און פון גיהנום וכדומה; אז מען רעדט פון עונשים און פון גיהנום טוט מען נישט אויף, ענדערש זאלסטו רעדן פון דאס שיינקייט פון גיין אין די וועג פון די תורה, וועלן די ווערטער אריינגיין אין איר הארץ.


רעד צו איר אז שיין איז וואס דער אייבערשטער זאגט, שיין איז וואס צדיקים זאגן, א צוגעדעקטע קאפ פאר א חתונה געהאטע פרוי איז שיין, אז נישט וואלט דער אייבערשטער דאס נישט געזאגט אונז צו טון, ווייל די תורה איז שיין און זיס; נאר וואס דען, מיר זענען אין א טיפער גלות, דער גלות איז אז מיר קוקן אן די תורה ווי א שווערע לאסט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) דער וואס זאגט: "יש תורה, ואיני סופנה", עס איז אמת די תורה, אבער עס איז מיר צו שווער צו היטן די תורה, עס איז מיר א לאסט - איז זייער הארב זיין שטראף; דאס איז דער גלות, אז מיר מיינען, ווי אזוי עס גייט ביי די אומות העולם - דאס איז שיין; איז דאס דען שיין? קען דען זיין אז פריצות איז שיין? קען דען זיין אז קורצע קליידער, געפאסטע קליידער, אויסגעשניטענע קליידער זאלן זיין שיין? עס איז דאך קעגן די תורה, קען דאס נישט זיין שיין! אלא מאי, אז מען שפירט ווי עס ציט צו דעם, מוז זיין אז מיר זענען אביסל אוועק פון די ריכטיגע וועג, ווייל שיין איז זיכער נאר וואס די תורה זאגט אז עס איז שיין.


די הייליגע חכמים פרעגן (נזיר ב:) ווי קען מען זאגן ווען א מענטש זאגט "אהא נאה", איך וויל זיין שיין "הרי זה נזיר", אז ער ווערט א נזיר? אויב צו זיין א נזיר איז נישט קיין לכתחילה, עס איז אן עבירה - קען דאס נישט זיין שיין! קען דאך נישט זיין אז ווען א מענטש זאגט 'איך וויל זיין שיין' אז ער זאל ווערן א נזיר! אזוי אויך מיט אלע זאכן וואס זענען נישט גוט, קען נישט זיין שיין; שיין איז נאר די תורה.


רעד צו איר ווייכע ווערטער און זיי גרייט אז עס קען נעמען א לאנגע צייט, און אויך זאלסטו נישט ווערן בייז אז זי הערט דיך נישט אויס, וועסטו מיט דער צייט פועל'ן.


איך האלט מיט זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זייער שטוב האט אויסגעקוקט ווי עס גייט חרוב ווערן ווען די ווייב האט באקומען נישט די בעסטע חבר'טעס, און זיי, מיט די הקדמות פון רבי'ן, די דריי פונקטן: ערשטנס, רעדן שיין. צווייטנס, זיין גרייט אז עס וועט נעמען א לאנגע צייט. דריטנס, נישט אפקילן די ליבשאפט אויב זי וויל נישט אויסהערן, נאר איר ווייטער ליב האבן מיטן גאנצן הארץ - האבן זיי געראטעוועט זייער שטוב.


נעכטן שרייבט מיר א אינגערמאן אז זיין ווייב איז אהיימגעקומען פון די פרויען צאמקום און זי זאגט אז זי וויל מער נישט שמירן די נעגל, זי האט געהערט ווי מען רעדט אזוי שיין פון דאס נישט טון. וואס האט מען גערעדט? מען האט גערעדט פון נישט זאגן מוסר. איך האב דערציילט ביים שיעור (די שיעורים געב איך נישט פערזענליך, איך זאג דאס אריין פון פאראויס און מען הערט דאס ביי די פרויען צאמקום) וויפיל משפחות פון אנשי שלומינו האבן זיך אפגעשוירן און אויפגעהערט שמירן די נעגל - נישט דורך מוסר, נישט דורך זיי זאגן: "ביסט א שיקסע!" "ביסט א פריצה!" נאר דורך רעדן שיין און האבן אסאך סבלנות, און ווייטער זוכן דאס גוטס, ממש מיט די עצה פון אזמרה פון הייליגן רבי'ן (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב).


ברודער, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען דורך לעבן בזה העולם און האבן א גוטע זיסע לעבן, אן קיין שום קריגערייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - אז איינער ווינקט מיט די אויגן, מאכט מען זיך נישט וויסנדיג
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מוסר, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב דאס פאסירט נאכאמאל, אז דער משוגע'נער שמייכלט צו אייך, זאלט איר אים איגנארירן, מאכט זיך נישט וויסנדיג.


ווען איר גייט אין גאס און א פרעמדער מאן שמייכלט צו אייך - זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן. מען שרייט נאר אויב מען איז אין א סכנה, אבער אז איינער ווינקט מיט די אויגן - מאכט מען זיך נישט וויסנדיג, און אז איר זעט שוין פון דערווייטנס אז עפעס א נישט געזונטער מענטש קומט - זאלט איר אראפקוקן אויף דער ערד, וועט איר נישט האבן מיט קיינעם צו טון.


קוקט אריין אין צעטל קטן פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו, (אות ח), נישט איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טון און וואס צו מאכן; אזוי וועט איר נישט האבן צו טון מיט אייערע געשוויסטער, זיי נישט איינטיילן און זיי מוסר'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן
חסידות ברסלב, מוסר, יענער, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מיטגעהאלטן די יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו אין היכל הקודש טברי', און אז אלע פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר, איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


בנוגע וכו'; דארפסט נישט האבן חלישות הדעת פון דעם וואס דו האסט געזען אינגעלייט שטייען אינדרויסן פון בית המדרש און רייכערן. עס זענען דא וואס זענען צוגעוואוינט צו רייכערן פון פריער, איידער זייער התקרבות וכו'.


דו בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן, און אויך בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט האבן צוטון מיט אנדערע, נאר זען דאס גוטס ביי אנדערע; אזוי וועסטו זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - אז מען רעדט ניבול פה ווערט מען אויסגעריסן פון די וועלט
רעדן, תשובה, היכל הקודש, מוהרא"ש, מוסר, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, יעדער איינער קען תשובה טון און אויף יעדע עבירה קען מען תשובה טון; דער אייבערשטער נעמט אן ווען מען טוט תשובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיט.): "ידו של הקדוש ברוך הוא פרוסה תחת כנפי החיות כדי לקבל בעלי תשובה", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז אויסגעשטרעקט אונטער די פליגלעך פון די מלאכים וואס ווערן אנגערופן 'חיות' - אנצונעמען די אלע וואס טוען תשובה.


תשובה טון אויף הערן ניבול פה איז נישט ווען מען זאגט 'יענער איז א מניוול', דאס מיינט נישט תשובה טון; הערן ניבול פה איז אזוי ווי רעדן ניבול פה, הערן ניבול פה איז אזוי עקלדיג ווי רעדן ניבול פה. תשובה טון מיינט, מען האט חרטה אויף וואס מען האט געטון, און מען זאגט דעם אייבערשטן אז מען וועט מער נישט רעדן און הערן קיין ניבול פה.


ניבול פה איז אזא עקלדיגע זאך; מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "נאר אויף ניבול פה, אויף די איין זאך - זאלסטו ארויסשיקן בחורים פון ישיבה". מוהרא"ש האט מיר געזאגט, אויב איך הער ניבול פה זאל איך פארשיקן דעם מניוול און ראטעווען די אנדערע בחורים.


איך בוי די קהילה מיט בלוט און שווייס, איין זאך בעט איך פון די יונגע ווייבלעך: "רעדט נישט קיין ניבול פה", אז מען רעדט ניבול פה ווערט מען אויסגעריסן פון די וועלט; רעדט פון אלעס - אבי נישט ניבול פה.


וואויל איז דעם וואס טוט תשובה, איז אים דער אייבערשטער מוחל.

#20 - געעפנט בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן
הפצה, דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, מוסר, דאווענען, אחדות, מוהרנ"ת ז"ל, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, עס זאל זיך עפענען א שול היכל הקודש אין לאנדאן; דאס איז זייער פרייליכע נייעס.


איין זאך קען איך אייך זאגן, מיינע טייערע לאנדאנער חברים, אויב עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט איר מצליח זיין; קיינער וועט ענק נישט קענען צעברעכן, קיינער וועט ענק נישט קענען שלעכטס טון. די הצלחה פון א שול איז נאר אויב עס איז דא אחדות; אויב אלע ווילן גארנישט, נאר איין זאך, האבן א ווינקל וואו מען קען זיך צאמקומען און דאווענען אינאיינעם.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן. יעדער זאל זיין משגיח אויף זיך אז מען זאל נישט רעדן, זארגט נישט פאר אנדערע, קוקט נישט אויף אנדערע - וועט איר זייער מצליח זיין.


גייט ווייטער הפצה, שטעלט אייך נישט אפ פאר קיינעם. מען האט מיר געשיקט א פאשקעוויל פון איינעם וואס סטראשעט די מפיצים אין לאנדאן; איך בעט אייך זייער, מאכט אייך נישט צו טון, דאס איז נאר א סימן אז מען טוט גוט, גייט אן מיט די הייליגע ארבעט ביתר שאת וביתר עוז.


נקוט האי כללא, וואו עס איז דא א קול דקדושה ווערט נתעורר א ווידער קול. גייט ווייטער פארשפרייטן די חיזוק פון רבי'ן, און אויב איינער צערייסט און איז מבזה די ספרים - זאלט איר וויסן אז יענער איז א בעל עבירה, ווייל ווער עס רעדט אויף ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן - איז א בעל עבירה, אנדערש וואלט ער נישט פארשעמט די ספרים.


היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן רבי נתן. אזוי האט רבי נתן געזאגט, דער וואס צערייסט און פארשעמט ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן - האט דאס נאר געקענט טון ווייל ער האט פאר דעם געטון זייער א גרויסע עבירה און אין רפואה למכתו; ווייל מה דאך "המזבה תלמיד חכם אין רפואה למכתו", מה דאך דער וואס פארשעמט א תלמיד חכם וועט ווערן קראנק און נישט האבן קיין היילונג פאר זיין קראנקייט, איז דאך זיכער אז איינער פארשעמט הייליגע ספרים וואס רעדן נאר פון אמונה, פון קדושה - איז דאך זיכער אז ער וועט כאפן א ביס פון א שלאנג און נישט האבן קיין רפואה.


דער עיקר זאל זיין דרך ארץ. מוהרא"ש האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן איז געווען אין אמעריקע איין קיבוץ פון צען אידן, עס איז געווען א שטארקע דרך ארץ צווישן זיי, מען האט געשפירט דעם רבי'ן, אלע האבן גערעדט מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ
חנוכה, דרך ארץ, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מכבד דעם בית המדרש, קום צום דאווענען אנגעטון מיט א הוט און רעקל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן כה): "מִצְוָה לִהְיוֹת לוֹ בְּגָדִים מְכֻבָּדִים בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה", עס איז א מצוה צו גיין אנגעטון מיט שיינע קליידער ביים דאווענען, אזוי ווי עס פאסט צו שטיין פארן אייבערשטן.


רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט, ער האט באטראכט זיין רבי דער אריז"ל ווי ער קומט אין שול; ווען ער איז אנגעקומען צום טיר פון שול האט ער געגעבן א ציטער פון פחד, אז ער גייט יעצט אריין אינעם שטוב פונעם איבערשטן; קום אין שול צו די תפילות מיט א דרך ארץ מיט א כבוד.


איך שרייב די בריוו פאר דיר, נישט דו זאלסט גיין זאגן פאר אנדערע ווי אזוי צו קומען אין שול. נישט יעדן קען מען זאגן ווי אזוי זיך צו פירן, נישט יעדן איז שוין די צייט, אמאל דארף מען ווארטן ביז יענער באקומט מוחין וכו', אבער דיר זאג איך: "קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ".


דער שול איז נישט קיין אפיס, דער שול איז דעם אייבערשטנ'ס שטוב; א בית המקדש מעט ווי מען קומט מתפלל זיין פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן.


שבת וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל מיט די ישיבה; שבת חנוכה איז א צייט וואס מען קומט זיך צוזאמען אנשי שלומינו.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#18 - אויסלערנען דרך ארץ פאר די קינדער
שכר לימוד, מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, פרנסה, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה, דאווענען, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי אין מקוה און גיי אין שול, טו אן טלית ותפילין; דאס איז דיין פארמעגן, נאר דאס וועט דיר בלייבן, עפעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. טו גארנישט איידער דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ן, טו גארנישט איידער דו גייסט אין שול מיט טלית ותפילין. דאווען דוקא מיט מנין און מיט א סידור, שנייד נישט שטיקלעך פונעם דאווענען, זאג די ווערטער ווי א תם, פון אנהויב ביזן סוף.


שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב, דארט איז א ריינע פלאץ, עס וואוינען דארט שוין איבער הונדערט משפחות; פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה געהאט.


איך וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין שטאט, אין וויליאמסבורג - בין איך צוריקגעקומען; מיין ווייב תחי' וויל דארט בלייבן, מיינע קינדער וויינען יעדע מאל מען פארט אוועק אז זיי ווילן דארט בלייבן; איך בעט דעם אייבערשטן די ישיבה זאל שוין קענען אהין גיין.


א גאנץ שבת האבן מיר גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן. פרייטאג צו נאכטס האבן זיך צאמגעקליבן אנשי שלומינו, מיר האבן געשמוסט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.


איך האב זיי דערציילט, א מלמד דערציילט מיר וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...


זאג איך דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. איך בין זייער שטרענג מיט מיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. איך זאג שטענדיג מיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".


מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זאגן מוסר אין פנים, נאר זאגן מוסר מיט חכמה, רעדן מוסר וואס יענער דארף הערן. און אזוי ווי דער טאטע און מאמע האבן זיך געפונען ביי די שמועס האב איך אריינגעדריידט די שמועס אויף דעם ריכטונג.


דארט זענען געווען געסט וואס וואוינען נישט אין שטעטל, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. שפעטער קומט צו מיר איינער און פרעגט מיר: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" זאג איך אים: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".


איך דערצייל אים: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".


דיר בעט איך זייער זאלסט רעדן צו דיינע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - זאלסטו זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", רוף דיינע קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


אויך זאלסטו וויסן אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. עס הערט זיך שרעקעדיג; נישט איך זאג דאס, מוהרא"ש זאגט דאס; מוהרא"ש שרייבט דאס בשם פריערדיגע צדיקים. עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. בלייב אין שטוב, בלייב דו מיט די קינדער דאס ביסל צייט אז זי זאל זיך קענען אביסל אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד, איז א שגעון
אמונה, שלום בית, משניות, מוסר, ספרי ברסלב, טשעפען, זיווג שני, נערווען, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים אז דו האסט א וואוילע ווייב, האסט אזוי גוט חתונה געהאט און הער אויף זוכן איר צו פאררעכטן.


די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד - איז א שגעון, דאס האט נישט מיט אידישקייט, דאס איז בלויז נערווען; מער ווי איין מאל דערמאנען זיך צו פאררעכטן די צודעק איז שוין נערווען. אז דו ווילסט פאררעכטן - זאלסטו זוכן אין דיר וואס דו קענסט טון צו ווערן בעסער, לאז איר אפ; אז דו וועסט איר ווייטער דערמאנען יעדע סעקונדע וועגן איר צודעק - וועט זיין נישט גוט. א פרוי האט נישט ליב ווען מען זאגט און סעקירט, בפרט ביי זיווג שני. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נאכאמאל חתונה געהאט, צו אן ערליכע פרוי; זי איז דיר געטריי, זי איז צו דיר גוט - זאלסטו נישט זוכן ווי צו טרעפן א האר וואס שטעקט זיך ארויס איר צו קענען סעקירן.


מען דארף זיך נישט אוועקדרייען די פנים פון די ווייב ביי קידוש וכדומה צוליב א חשש אז עס זעט זיך ארויס א האר. אז דו וועסט זיך אוועקדרייען דיין פנים ביי קידוש און ביי ברכת המזון - וועט זי זיך אינגאנצן אוועקדרייען פון דיר וכו', און אז דו וועסט אויפהייבן דיין קול, דו וועסט שרייען - וועט זי אוועקלויפן פון דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:), די גאנצע פרשה פון פלגש בגבעה האט זיך אנגעהויבן מיט אזא מעשה, פון ווארפן א פחד אויף די ווייב, אויך א מעשה מיט א האר; זי איז אנטלאפן פון איר מאן נאכדעם וואס ער האט געווארפן א שרעק וכו' וכו'.


מאך זיך א שיעור אין משניות; זאגן פרקים משניות קילט אפ די נערווען, עס מאכט רואיג און עס גראדט אויס די קאפ און מח מען זאל וויסן ווי אזוי צו לעבן. אויך זאלסטו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, ספר לקוטי מוהר"ן, דאס נעמט אוועק די כח המדמה, מען הויבט אן לעבן מיט אמונה, מען הויבט אן לעבן מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - ווען דער זיידע שרייט אן
כיבוד אב ואם, מוסר, הלכה, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו ליינען קריאת שמע גייענדיג אויפ'ן וועג, עס איז א קלארע הלכה: "קוֹרֵא אוֹתָהּ מְהַלֵּךְ, אוֹ עוֹמֵד" (שלחן ערוך אורח חיים סימן סג, סעיף א), מען דארף אבער בלייבן שטיין ווען מען זאגט קבלת עול מלכות שמים און ביי די ערשטע פסוק פון ואהבת.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט געשוויגן ווען דיין זיידע האט דיך אנגעשריגן וכו' וכו', אזוי זאלסטו שטנדיג טון; ווען איינער שרייט אויף דיר - זאלסטו נישט ענטפערן. און אז דער שרייער איז גאר דער טאטע אדער זיידע - טאר מען זיכער נישט ענטפערן, מען הערט אויס און מען שווייגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - אז מען זאגט שיינערהייט, גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל
דרך ארץ, שטעטל, בית המדרש, מוסר, בעל תפלה, גבאי, יום כיפור קטן, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז דאנערשטאג וועלן מיר זאגן יום כיפור קטן אינאיינעם אום 8:15 אונטן אין ישיבה, אינאיינעם מיט די בחורים; זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן מיר זאלן קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.


איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער איבערגענומען פונעם שטעטל; עס איז מיר געווען אזא פארגענוגן דא צו זיין במשך דעם זומער, איך און מיין משפחה האבן זייער הנאה געהאט.


זיי נישט דערשראקן ווען איך זאג מוסר, אדער ווען דו זעסט אין די בריוון מוסר; דאס איז נאר בעסער צו מאכן. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט פונעם צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער זכותו יגן עלינו, איידער ער פלעגט זאגן א דרשה מיט מוסר, איז ער צוגעגאנגען צום ארון הקודש און געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט א טייער פאלק; אידישע קינדער זענען זייער וואויל, איך וויל זיי מאכן נאך בעסער, נאך וואוילער".


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויפ'ן בית המדרש עס זאל זיך פירן מיט כבוד, מיט דרך ארץ. מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. א גבאי טראגט די אחריות אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן, האב נישט מורא צו זאגן ווען מען דארף איינעם זאגן; אז מען זאגט שיינערהייט - גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל.


ביי רבי נתן האט איינעם אנגעכאפט א שווייגעניש, ער האט געוואלט ווערן ערליך; האט רבי נתן געזאגט: "שווייגן איז נישט קיין עסק, מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אז מען רעדט מיט דעת - איז דאס בעסער פון שווייגן.


בנוגע די ימים טובים; ביז דערווייל זעט אויס אז תשרי וועל איך זיין אין שטאט, זאלסטו זען אנצוגרייטן בעלי תפילות פאר יום כיפור.


זיץ מיט די גבאים פון די אנדערע שולן, האברך ... גבאי אשר בנחל, האברך ... גבאי מקור השמחה, האברך ... גבאי עצתו אמונה - אויב מען זאל דאווענען יום כיפור אין אלע שולן באזונדער וכו', און בנוגע די בעלי תפילות.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין מיט ענק נאך צוויי שבתים, ראה און שופטים, און נאך צוויי שבתים - כי תצא און כי תבא - אין וויליאמסבורג, און נצבים וועלן מיר זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


קוק זיך פאר מערבית פאר ראש השנה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#14 - פארוואס זאג איך דיר מער מוסר ווי פאר אנדערע?
חברים, סגולות, מוסר, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


היינט אינדערפרי ווען דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט אנגעהויבן און געענדיגט מסכת תענית - האסטו מיר אזוי מחי' געווען, איך געדענק נישט ווען איך זאל זיך אזוי פרייען; איך פריי זיך צו זען אז דו לערנסט, דו גייסט יעדן טאג לערנען און מסיים זיין מסכת תענית פאר פערציג טעג, ביז ראש השנה - זוכה זיין צו די סגולה פון א חתן ווערן.


טייערער ..., איך זאג דיר אפשר אביסל מער מוסר ווי אנדערע, אבער פארשטיי מיר אז דאס איז וויל איך ליב דיר. פאר מיינע קינדער זאג איך נאכמער מוסר; פאר מיינע קינדער אין ישיבה, און אויך די וואס האבן שוין חתונה געהאט - האב איך געזאגט זייער אסאך מוסר, ווייל איך האב ליב מיינע קינדער, איך וויל דאס בעסטע פאר זיי, און דעריבער זאג איך דיר אויך מוסר, נאר ווייל איך האב דיר ליב; ביז איך זע אז מיינע ווערטער טוען סיי ווי נישט אויף, דעמאלט לאז איך אפ די מוסר, איך מאך צו מיינע אויגן.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר אויפצושטיין דאווענען אין צייט, און צו האבן גוטע חברים, חברים מיט תמימות אן ליצנות; איך וויל נאר דיין גוטס.


 

#13 - געבן א קאמפלימענט נאר אויף גוטע זאכן, נישט אויף שלעכטס
תפילות אויף אידיש, צניעות, קאמפלימענטס, חיזוק פאר פרויען, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט נישט קיין גוטע ווערטער אויף נישט גוטע זאכן; געבט גוטע ווערטער אויף גוטע זאכן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) מיר זאלן זוכן גוטס אין יענעם, אזוי וועלן מיר יענעם ארויסנעמען פון זיין שלעכטס; אבער נישט אויסרומען די שלעכטס.


אז איר זעט איינעם גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג און איר ווילט איר געבן א גוט ווארט, זאלט איר זי געבן גוטע ווערטער אויף גוטע זאכן, אבער נישט זאגן אויף א קורצע קלייד "דיין קלייד איז אויסנאם שיין", ווייל דאס איז ליגנט, עס טוט גארנישט אויף.


בנוגע שמירן די נעגל; איר ווייסט גאנץ גוט וואס מוהרא"ש האט געהאלטן פון דעם, עס איז נישט געווען אין היכל הקודש קיין איין פרוי מיט געשמירטע נעגל, איך ווייס פערזענליך מעשיות וואס מוהרא"ש האט פארגעהאלטן ווייבלעך און זיי אנגעשריגן פאר'ן זיך שמירן די נעגל; איז ווי אזוי זאלט איר זאגן פאר א פרוי וואס שמירט די נעגל א קאמפלימענט אויף די זאך? איר דארפט טאקע נישט געבן קיין מוסר, קיינער האט אייך נישט געשטעלט צו זיין דער פארזארגער אויף יענעמ'ס רוחניות, אבער זיכער זאלט איר נישט קאמפלימענטירן אויף נישט גוטע זאכן.


בעטס ביי די שבת ליכט וואך נאך וואך אויף צניעות; בעטס: "הייליגער באשעפער, מאך מיך ליב האבן צניעות, איך וויל האבן א געפיל צו דעם, איך וויל נישט ליב האבן דעם גוי טמא מיט די באשמירטע נעגל, איך וויל ליב האבן צניעות".

#12 - מען קומט נישט אין שול הערן מוסר
התחזקות, בית המדרש, מוסר, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה ליבערטי


דו ווילסט איך זאל שרייבן בריוו פאר גבאים וכו'.


ווען א מענטש קומט אין שול - קומט ער נישט צו הערן מוסר, ער האט שוין באקומען פון די ווייב מוסר וכו', יעצט איז ער פשוט ארויסגעלאפן פון שטוב; געב אים א שמייכל, דארפסט אים גארנישט זאגן.


לאז אים האבן כח צו קענען אהיים גיין און ווייטער קענען האלטן הלכות, ווייטער קענען האלטן אידישקייט, ווייטער קענען ציען נאך א טאג; ער קומט אין בית המדרש - וויל ער הערן נאכאמאל אז עס איז דא א באשעפער, דער אייבערשטער האט אים ליב.


די חידושי תורה וואס דו רעדסט ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות זאל אלץ זיין געבויט אויף איין ציל: יענעם מחי' זיין און מחזק זיין; קענסט רעדן מיט משלים, קענסט רעדן מיט מעשיות, אבער אלץ דארף ארויסקומען דערפון אז די מענטשן זאלן זיך מחי' זיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט) מענטשן האבן ליב ווען מען רעדט פאזעטיוו, און אז מען רעדט מיט שכל - רעדט מען פאזעטיוו, אז מען רעדט פאזעטיוו האבן עס מענטשן ליב, אז מענטשן האבן עס ליב נעמט מען עס אן; ווי אזוי קען מען רעדן מיט שכל? אז מען רעדט בשבח הצדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#11 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#10 - הנהגות פאר א גבאי בית המדרש היכל הקודש
חברים, דרך ארץ, שבת קודש, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, מוסר, מנהגים, פסח, יום טוב, גבאי, יוצרות, שבת הגדול, פתיחת הארון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען שמועסט ביים זינגען זמירות - דאס איז נישט דיין עסק; ביי מיר שמועסט מען אויך, און איך געדענק ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ווען איך פלעג אמאל אריין וואקן פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק זיין ביי מוהרא"ש ביי שלש סעודות - האט מען אויך געשמועסט.


ביים פארלערנען - בין איך יא מקפיד מען זאל נישט רעדן, אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש, ביים פארלערנען איז געווען זייער שטיל. אויך דעמאלט זוך איך נישט ווי איך קען כאפן איינעם רעדן, נישט אלעס דארף מען זען און באמערקן, אמאל קומט אויס אז דאס שטיל מאכן שטערט מער ווי דאס גאנצע שמועסן וד"ל.


זוך נישט ווי צו באמערקען און קריטיקירן, דאס איז נישט דער אמט פון גבאות אין היכל הקודש; זוך ווי צו קענען אריינברענגען א חיות אין אנשי שלומינו.


בנוגע די חברים וואס בלייבן שמועסן נאכן דאווענען און דו זאגסט זיי אז מען קען נישט בלייבן שמועסן, דער ראש ישיבה זאגט מען דארף גיין מאכן די סעודה, דו פרעגסט מיר אויב דו טוסט גוט; דאס איז נישט דער אמט פונעם גבאי, וואס שטערט דיר אז די טייערע חברים ווילן בלייבן אביסל שמועסן שיחות חברים? אמת, מען דארף גיין מאכן א סעודה, אבער דאס איז נישט דיין עסק, א גבאי האט זיך נישט צו מישן אין יענעמ'ס זאכן, דער גבאי דארף זען מען זאל דאווענען אין צייט, עס זאלן זיין גוטע בעלי תפילות, א גוטער בעל קורא; אויך דער בית המדרש זאל זיין ריין און מסודר, אלעס זאל זיך פירן שיין און נארמאל, אבער אין יענעמ'ס עסק דארף מען זיך נישט מישן.


איך וועל דיר זאגן נאכמער, איך זאג קיינמאל נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, אז יענער וועט מיר פרעגן: "טו איך גוט, טו איך נישט גוט?" דעמאלט זאג איך, אבער אז יענער פרעגט נישט - זאג איך נישט.


בנוגע יוצרות; ביי אונז זאגט מען נישט דעם לאנגן שטיקל יוצר פאר קדושה, נאר איינמאל אין יאר, שבת הגדול, דעמאלט זאגן מיר די לאנגע יוצר וואס גייט אריבער אלע הלכות פסח, אבער אלע אנדערע צייטן און ימים טובים - לאזן מיר אויס דעם שטיקל.


בנוגע פתיחת הארון וכו'; מוהרא"ש פלעגט מאכן פתיחת הארון און זיך אביסל מתבודד זיין. מיר טוען אויך אזוי; אינדערוואכן ביי די בחורים האלטן מיר אפן דעם ארון קודש אביסל לענגער, שבת מאך איך אביסל קורצער כדי נישט אויפצוהאלטן, נישט מאכן טירחא דציבורא.


נאך א שיינע זאך צו וויסן אין אלע שולן היכל הקודש; ווען עס געפאלט אויס יום טוב אום שבת אזוי ווי די יאר פסח - פירן זיך אלע אז מען לאזט אויס שטיקלעך פונעם פיוט לכה דודי, אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן דעם גאנצן לכה דודי און נישט אויסלאזן די שטיקלעך משום מעשה שהי', מוהרא"ש האט געהאט א חלום ווי דער בעל הפיוט איז אים געקומען אין חלום וכו', און אזוי פירט מען זיך אין אלע בתי מדרשים היכל הקודש.


זאלסט האבן א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#9 - ווער נישט צעבראכן פון די מוסר רייד
שידוכים, התחזקות, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זע פון דיין בריוו אז דו ביסט זייער צעבראכן; דו האסט נישט גוט אויפגענומען מיינע ווערטער.


איך בעט דיר זייער, קלאפ זיך נישט אראפ; דו ביסט א טייער קינד, איך האב דיר זייער ליב. דאס וואס איך זאג דיר ווי אזוי זיך צו פירן וכו', אזוי טו איך מיט מיינע קינדער; מיינע קינדער זאג איך, איך געב זיי מוסר, - נאר ווייל איך האב זיי ליב.


לויט דיין התנהגות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך; דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו פירסט זיך מיט גוטע מידות, דו האסט אלץ א שמייכל; איך זע א שיינע עתיד פאר דיר.


זיי נישט ברוגז איבער דאס וואס איך האב דיר געזאגט בנוגע די בחורים וכו'; איך וויל נאר עס זאל דיר גוט זיין, אז דו ביסט קלוגער פון מיר, דו פארשטייסט בעסער - זאל דיר דער אייבערשטער העלפן, אבער אויב דו וועסט פאלגן - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך, דו וועסט האבן א זיסע לעבן; עס ליגט אין דיינע הענט די בחירה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווער עס איז נישט ראוי צו זאגן מוסר, טאר נישט זאגן מוסר
התחזקות, ראש השנה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם אריין די ווערטער וואס מיר האבן גערעדט ראש השנה מיטל נאכט ביים רבי'ן, דאס וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) ווער עס איז נישט ראוי צו זאגן מוסר - טאר נישט זאגן מוסר, ווייל עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, נאר דער וואס קען זאגן מוסר אזוי ווי משה רבינו - דער מעג זאגן מוסר.


ווען משה רבינו האט געזען די עבירה וואס די אידן האבן געמאכט, דעם חטא העגל - האט ער געזאגט (גיטין לו:): "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאכאלץ ליב, אידן טוט תשובה, קומט צוריק צום אייבערשטן; מיר האבן גערעדט אז דאס גייט ארויף אויפ'ן מענטש אליינס, מען טאר זיך נישט קלאפן, מען טאר זיך נישט מבאיש ריח זיין, מען דארף זיך אליינס זאגן: 'דער אייבערשטער האט מיר נאכאלץ ליב; אפילו איך האב געטון דאס און דאס וכו' וכו', האט מיר דער אייבערשטער נאכאלץ ליב'; נאר אזוי קען מען תשובה טון, נאר אז מען האלט פון זיך, אויב מען האט זיך פיינט, מען קלאפט זיך אראפ, מען קען זיך נישט ליידן, דעמאלט פאלט מען אראפ אין יאוש און מען לאזט אפ מצוות און מעשים טובים.


הלוואי זאלסטו לעבן מיט די ווערטער א גאנץ יאר, וועסטו זוכה זיין צו קומען צו גרויסע מדריגות. רבי נתן האט געזאגט: "אן התעוררות וואס קומט פון התחזקות האלט אן לאנג".


כתיבה וחתימה טובה.

#7 - ווייל איך דארף אייך, דעריבער זאג איך אייך וואס צו אכטונג געבן
לערערין, מוסר, חלישות הדעת, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פארוואס זאלט איר זיך צעברעכן אז מען דארף אייך נישט פאר א טיטשער?


ווייל איך דארף אייך, דעריבער זאג איך אייך וואס צו אכטונג געבן; ווען איך דארף אייך ווען נישט שרייב איך אייך נישט וואס אכטונג צו געבן.


שוין צייט ארויסצוגיין פון אייער קטנות.


...