בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן, עס טוט מיר וויי צו הערן אז צווישן די גבאים איז דא חשבונות מיט אייגענע אינטערעס, ענק האבן קוים מנין, קארגע צען מענטשן, און אזויפיל חשבונות איינער מיטן צווייטן.
א שאד, א שאד אז ענק זענען פארהאסט, א שאד, א שאד אז ענק זוכן נישט תכלית, מען איז פארנומען 'מי בראש' ווער איז גערעכט; פרעגסט מיר ווער איז גערעכט? איך האלט אלע גבאים זענען גערעכט, דו ביסט גערעכט פארן אראפרייסן די צעטל היות מען האט נישט געפרעגט וכו', און די אנדערע גבאים זענען גערעכט פארן אויפהענגען א צעטל צו מוטיגן די קינדער צו ענטפערן אמן יהא שמיה רבא, און די קינדער זענען אויך גערעכט פארן זיך חוצפה'נען, ווייל דאס איז די תוצאה פון מחלוקת; ווען קינדער זעען מחלוקת ווערן זיי זייער צעווילדעוועט און זיי פארלירן זייער דרך ארץ, זייער יראת שמים.
וואס איז די פראגע, אויב דו ביסט גערעכט אדער וואס איז ריכטיג? גערעכט ביסטו סיי ווי, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי ... ווען ער איז געקומען דערציילן אז ער האט געגעבן א פאטש, און ער האט מסביר געווען דעם רבי'ן פארוואס ער איז גערעכט, האט אים דער רבי געזאגט: "און גערעכט זאלסטו אויך נישט זיין? אודאי ביסטו גערעכט, אבער מיט דעם אלעם וואלסטו נישט געדארפט געבן דעם פאטש".
די פראגע איז אויב דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג? ריכטיג איז - זיך אדורך שמועסן איידער מען טוט עפעס, און דאס מאכן אינאיינעם, און אויב מען האט קאכעדיגע בלוט איז ריכטיג צו גיין אין פעלד שרייען: "טאטע ראטעווע מיך, טאטע וואס וועט זיין מיט מיר? טאטע נאך אביסל לייגט מען מיך אין דער ערד און וואס וועל איך האבן פון פירן און פון זיין בראש? טאטע ראטעווע מיך, עס קאכט אין מיר בלוט פון נצחון, פון שררה, פון קנאה וכו' וכו'"; דאס איז ריכטיג.
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב שוין א לאנגע צייט געשפירט אז ביי ענק איז דא חשבונות צווישן די גבאים, און דאס טוט מיר וויי, ווייל איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש ביים זיך געזעגענען ביי די הסתלקות אז איך וועלך נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס שטייט מיר פאר די אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אינעם טאג פון זיין הסתלקות: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".
דו ווייסט און דו געדענקסט פון יארן צוריק, אז עס איז געווען א גבאי ביי אונז אין שטיבל אין וויליאמסבורג וואס האט גערעדט אין שול קעגן מיר, קעגן די ישיבה; איך בין געזיצן און געשוויגן, איך האב געווארנט די בחורים אויב איינער וועט עפעס טון, איך האב גארנישט געזאגט פאר מוהרא"ש, אלעס נאר נישט צו האבן מיט מחלוקת; פארשטיי איך נישט פארוואס ביי ענק קען נישט זיין שלום און אהבה.
איך דארף מקצר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.