בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיי התבודדות אינדערפרי, וועט דער טאג אין חדר זיין גאר אנדערש
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, חדר, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב היכל הקודש ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט גיין התבודדות אינדערפרי, איידער דו גייסט אין חדר - וועט דער טאג זיין גאר אנדערש, און אז דו וועסט זיך גוט אויסרעדן דאס הארץ און זיך גוט אויסשמועסן - וועט דיר אלעס גיין גרינגער.


בנוגע די דירה וכו'; רעד צו האברך מרדכי אהרן נרו יאיר, איך האב אים געשטעלט ער זאל צושטעלן דירות פאר אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.