בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיי שלאפן צייטליך, וועסטו קענען זיין אין כולל אין צייט
כולל, שלאפן, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין באליבטער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער דיין שליט"א, דער ראש הכולל – זאגט מיר, דו לערנסט זייער פלייסיג, אבער ער זאגט עס שטערט זייער אז דו האלסט נישט קיין זמנים, מען קען נישט זיין אין כולל אזוי, ער זאגט מיר ער האט זיך קובע מקום געווען אויסגעדרייט זיין פנים צום וואנט צוליב דיר, ער קען נישט זען ווי דו קומסט טאג איין טאג אויס עלף אזייגער אדער צוועלף.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט אויסדרייען דיין סדר היום. תיכף נאך מעריב זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן אין שול, בלייב נישט טון פאר הדפסה, גארנישט, גיי אהיים, האסט א ווייב וואס ווארט דיר.


יעצט זומער ווען מען דאווענט מעריב שפעט דארפסטו זיין אין שטוב שפעטסטנס צען אזייגער, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן און דאווענען, עסן פת שחרית און זיין גרייט און צייט אין כולל.


איך וועל שרייבן פאר דיין ווייב זי זאל דיר העלפן אויפשטיין צייטליך.