בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געב אכטונג דיין ווייב זאל נישט באקומען קיין לחץ פון דיר
שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט מיר אז דו ווערסט ברוגז ווען דו קומסט אהיים און די שטוב איז נישט צאמגענומען, זי בעט איך זאל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט נישט ווערן ברוגז אויף איר; זי ווארט יעצט וכו', עס איז איר נישט גרינג מיט די קינדער און מיט די ווארטן.


טייערער ברודער, דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, מיר זאלן אכטונג געבן אויף איר (שיחות הר"ן, סימן רסד). מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן פון שלום בית, פון העלפן אין שטוב; אז דאס איז עבודת השם. בעט איך דיר, זע צו העלפן אין שטוב, זע צוצולייגן א האנט, בפרט אין די טעג וכו'.


ווארף נישט קיין פחד אין שטוב, לייג נישט קיין אימה יתירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב און קינדער, "סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גלוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת; געב אכטונג דיין ווייב זאל נישט באקומען קיין לחץ פון דיר, זי זאל נישט לעבן אונטער דרוק אז אט קומסטו שוין אהיים און די שטוב איז נישט גרייט. א ברסלב'ער חסיד דארף מכבד זיין די ווייב, אז די ווייב זאל שוין ציילן די מינוטן 'ווען קומט שוין מיין מאן אהיים און ער וועט מיר העלפן, איך וועל זיך קענען אפרוען'.


אפילו דו ביסט עוסק אין די העכסטע זאך, דו ביסט מפיץ די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש - דארף דאס אויך זיין מיט א צמצום; עס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב און קינדער.


מיר גרייטן זיך שוין יעצט צו קומען צום רבי'ן, מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן; אז מען קומט צום רבי'ן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן. דו ווייסט אודאי דעם סיפור, רבי נתן איז אמאל געגאנגען צום רבינ'ס ציון אינאיינעם מיט זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער, אויפ'ן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון רבי נחמן טולטשינער, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי פאררעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז) מען זאל אכטונג געבן אז די בגדים זאלן נישט זיין צעריסן", אבער רבי נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זיין אינאיינעם מיט רבי נתן ביים ציון איז ער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, ער האט געטראכט ער וועט שפעטער פארנייען זיין רעקל, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


איך ווייס אז דו ביסט א גוטער מאן, איך בין דיר נישט חושד אז דו ביסט א גבר אלים; דיין ווייב תחי' שרייבט זייער שיין אויף דיר, דעריבער שרייב איך דיר, איך ווייס אז דו וועסט אננעמען וואס איך זאג דיר. לייג נישט קיין דרוק אויף איר, דיין ווייב טאר נישט האבן א פרעשור אז דו קומסט שוין באלד אהיים און דו וועסט נישט זיין צופרידן מיט די שטוב, זי דארף ארויסקוקן דו זאלסט אהיים קומען איר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.