בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געבן ארבעט פאר בחורים און אינגעלייט צו העלפן
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישעי' איידליס נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו העלפסט מיט וואס מען קען נאר, דו העלפסט מיט די הדפסה, מיט די חדר, ישיבה, בית המדרש, די קעמפס, קאנטרי, חתונות אין ישיבה, און מיט אזויפיל נאך גוטע זאכן.


איך וויל דיך נאכאמאל בעטן און מחזק זיין אז דו זאלסט אריינעמען בחורים און אברכים אונטער דיר, זיי געבן וואס צו העלפן, אזוי וועלן זיי זיין צוגעבינדן ביים רבי'ן, ווייל יעדער מענטש דארף האבן עפעס חיות, עפעס א פלאץ וואו צו וואקסן וכו', און אז מען העלפט ביים רבי'ן, מען העלפט אין די מוסדות אדער קהילה – איז די חיות ביי א גוטע פלאץ, און אז נישט – זוכט מען אנדערע גליקן.


על כן זאלסטו זען ווי מער געבן ארבעט פאר די נייע דור, בחורים און אינגעלייט, סיי מיט העלפן די ישיבה, סיי מיט העלפן די בית המדרש, קעמפ, קאנטרי, חתונות וכו', וועלן זיי אלע וואקסן גוט; אויך דארף מען מחזק זיין די מפיצים און אריינברענגען פרישע סאלדאטן אין ראנג.


מיטן נעמען אויף זיך די עול תורה – מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ; זאלסטו זוכה זיין אז דיין עול זאל זיין נאר עול תורה.