בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געבן דאס מערסטע ליבשאפט פאר די קינדער וואס זענען וואקלדיג
חברים, לערערין, חינוך הילדים, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע פון אייער תלמידה וואס פרעגט, זי האט א חבר'טע וואס שלעפט איר אראפ און זי האט מורא אז אויב זי וועט איר אפלאזן וועט זי זיין שולדיג אויף איר רוחניות; זי וויל וויסן וואס איז וויכטיגער, זי פרעגט וואס צו טון?


זאגט פאר די תלמידה זי זאל טראכטן פון זיך, פון איר נשמה; זי זאל האבן גוטע חבר'טעס, זי זאל אפלאזן די מיידל; קינדער זענען נישט קיין מחנכות.


וואס יא, איר דארפט זיך פארלייגן יעצט אויף די מיידל. איר אלס לערערין דארפט אריינלייגן אייער גאנצע נשמה אין דעם קינד, איר זאלט מקרב זיין דאס קינד, איר זאלט ליב האבן דאס קינד און איר ענטפערן אלע אירע פראגעס, און ווען זי פרעגט פראגעס אויף אמונה - זאלט איר נישט אריינגיין אין קיין טענות, נאר רעדן קלארע ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, ער הערט אויס יעדנ'ס תפילות".


א לערערין איז א צווייטע מאמע פאר די קינדער; וואס טוט א מאמע לא עלינו ולא עליכם ווען איין קינד שפירט זיך נישט גוט? די מאמע לאזט אפ אלע געזונטע קינדער און פארלייגט זיך אויף דעם קינד; אזוי דארף א לערערין טון, כאפן די קינדער וואס זענען וואקלדיג און זיי ווייזן דאס מערסטע ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.