בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געבסט פאר דיינע ארבעטער טעבלעטס? וועסטו נישט האבן קיין הצלחה
טעלעפאן, שמירת עינים, הצלחה, ביזנעס, טעבלעט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אז דו געבסט פאר דיינע ארבעטער טעבלעטס; דו ביסט דאך א חוטא ומחטיא את הרבים, איך ווייס איינער פון דיינע ארבעטער וואס איז געווען אפגעהיטן ביז ער איז געגאנגען צו דיר ארבעטן; ער איז געקומען צו דיר ריין און זויבער, און ער האט באקומען פון דיר א טעבלעט, נישט סתם א טעבלעט, נאר אן אפענע טעבלעט, אן קיין גדר.


שומו שמים, וואס איז מיט דיר? וואס איז מיט לפני עור לא תתן מכשול? וואס איז מיט ועשית מעקה לגגך? וואס איז מיט ידינו לא שפכו את הדם הזה? דו געבסט א טעבלעט פאר א אינגערמאן אדער א טעלעפאן? ביי מיר איז קלאר אז דו וועסט קיין הצלחה נישט האבן ביי דיר אין די ביזנעס, ווייל ווען מען גייט קעגן די תורה איז נישט דא קיין הצלחה; אמאל קען זיך דאכטן פאר א שטיק צייט כאילו עס זעט אויס אז מען איז מצליח, אבער ביים סוף פלאצט דאס גאנצע געשעפט.