בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מאך נישט פון טפל - עיקר און פון עיקר - טפל, געדענק וואס ברסלב איז, געדענק וואס היכל הקודש איז; ברסלב איז איין זאך: 'רעדן צום אייבערשטן'; דער רבי איז אונז מחזק נאכאמאל און נאכאמאל מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן געדענקען אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז עס איז נישטא קיין חברים, בעת צרה האט מען קיינעם נישט - נאר דעם אייבערשטן.
שטיי ווייט פון לצים, געב זיך אכטונג פון די וואס שפעטן פון דעם און פון יענעם, אפילו זיי דרייען זיך אין ברסלב; זוך דיר אויף צווישן אנשי שלומינו תמימות'דיגע ערליכע חברים און רעדט פון רבי'ן, פון די עצות וואס מיר באקומען.
הלואי זאלסטו גיין יעדן טאג בקביעות רעדן צום אייבערשטן פאר דריי מינוט; א מינוט דאנקען, א מינוט תשובה טון און א מינוט בעטן אויף ווייטער.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין היינט די ליל שישי שיעור אין שטעטל, איך האב א שמחה, מיין זון הרב שלמה מאכט א וואך נאכט און מארגן א ברית; מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.