בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געזונט מיט אסאך געלט, דורך נישט רעדן ביים דאווענען
רפואה, רעדן, פרנסה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט מער נישט רעדן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, עס האט מיר זייער געשטערט צו זען חול המועד ווי מען רעדט ביים ליינען, דאס איז א חילול השם. קוק וואס דער הייליגער זוהר זאגט (ויקהל, רו.): "כַּד סָלִיק סֵפֶר תּוֹרָה לְתַמָּן" ווען מען ברענגט ארויף די ספר תורה אויפן בימה צו ליינען, "כְּדֵין בָּעָאן כָּל עַמָּא לְסַדְּרָא גַּרְמַיְיהוּ לְתַתָּא בְּאֵימָתָא בִּדְחִילוּ בְּרֶתֶת בְּזִיעַ" דעמאלט דארפן זיך אלע אנגרייטן מיט א פארכט און א שרעק, "וּלְכַוְונָא לִבַּיְיהוּ" און אינזין האבן וואס מען ליינט, "כְּמָּה דְּהַשְׁתָּא קַיָּימִין עַל טוּרָא דְּסִינַי לְקַבְּלָא אוֹרַיְיתָא" אזוי ווי מען שטייט ווען יעצט ביי מתן תורה, "וְיֵהוֹן צַיְיתִין וְיִרְכוּן אוּדְנַיְיהוּ" און מען דארף אויסהערן און צולייגן די אויער, "וְלֵית רְשׁוּ לְעַמָּא לְמִפְתַּח פּוּמֵיהוֹן" און מען האט נישט קיין רעכט צו רעדן, "אֲפִילּוּ בְּמִילֵּי דְּאוֹרַיְיתָא" אפילו אין דברי תורה, "וְכָל שֶׁכֵּן בְּמִלָּה אַחֲרָא" און זיכער צו רעדן פון אנדערע זאכן, "אֶלָּא כֻּלְּהוּ בְּאֵימָתָא" נאר שטיין מיט א פראכט, "כְּמַאן דְּלֵית לֵיהּ פּוּמָא" אזוי ווי איינער וואס קען נישט רעדן, וואס האט נישט קיין מויל.


אז דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, אפילו ווען איך דאווען נישט מיט דיין מנין - וועסטו האבן זייער אסאך געלט און דיין גאנצע משפחה וועט זיין געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.