בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געלט קומט פונעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, קדושה, פרנסה, דרייוון, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר'ן דאווענען פאר מיר; איך וויל דיר בעטן זאלסט ווייטער מתפלל זיין פאר מיר, איך זאל קענען ממשיך זיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן מיט די ישיבה און אזוי ווייטער.


בנוגע נעמען לייסענס; איך פארשטיי נישט וואס דיין שאלה איז, וואס זאל זיין דער פראבלעם? נעם ארויס לייסענס צו דרייוון, אזוי וועסטו קענען גיין און קומען, נישט זיין אנגעהאנגען אין אנדערע; דו וועסט קענען גיין התבודדדות.


אויף דיין פראגע 'ווי אזוי קען מען זיין אפגעהיטן אין די טעג וואס מען דארף האלטן הלכות וכו'?' אז מען לעבט ווי די תורה זאגט, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות - קען מען זיין אפגעהיטן אין אלע טעג און אין אלע צייטן. אז מען מאכט זיך אן אייגענע תורה - דעמאלט פאלט מען אראפ, אבער אז מען גייט אין די וועג פון די תורה, מען לעבט ווי די תורה זאגט - דעמאלט קען מען זיין אפגעהיטן אין אלע צייטן.


בנוגע גיין צו א מכון וואס זיי זאגן וואס איז גוט פאר'ן מענטש, מיט וואס מען זאל זיך באשעפטיגן; ביי מיר איז דאס א געלעכטער, דאס איז זיכער אז דער מכון מאכט געלט, זיי האבן פרנסה. די אלע וואס גייען און רעדן ווי אזוי צו מאכן פרנסה און ווי אזוי מען האט פרנסה - די האבן פרנסה, די זענען גוט פאר זיך. פרנסה געבט דער אייבערשטער; בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א מלאכה קלה ונקיה, זאג נאך א קאפיטל תהילים; וועסטו אנקומען צו טרעפן דיין פרנסה.


געלט קומט פונעם אייבערשטן; מען קען האבן א גוטע פרנסה און מען האט גארנישט אין מויל צו נעמען, ווידעראום קען מען האבן א שוואכע פרנסה און עס גיסט זיך גרויס שפע. אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי מאיר זאגט (קידושין פב:): "לְעוֹלָם יְלַמֵּד אָדָם אֶת בְּנוֹ אֻמָּנוּת נְקִיָּה וְקַלָּה, וִיבַקֵּשׁ רַחֲמִים לְמִי שֶׁהָעשֶׁר וְהַנְּכָסִים שֶׁלּוֹ", נאכן זיך לערנען א גרינגע ריינע פרנסה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן הצלחה, "שֶׁאֵין עֲנִיּוּת מִן הָאֻמָּנוּת", מען ווערט נישט ארעם פון ארבעט, "וְאֵין עֲשִׁירוּת מִן הָאֻמָּנוּת", און מען ווערט נישט רייך פון ארבעט, "אֶלָּא לְמִי שֶׁהָעשֶׁר שֶׁלּוֹ", עשירות קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (חגי ב, ח): "לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָּהָב נְאֻם ה' צְבָאוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.