בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די געפיל וואס דו שפירסט, ווי קיינער דארף דיך נישט
תפילה והתבודדות, התחזקות, עבודת השם, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי נישט צעבראכן פון די אלע חלישות הדעת וואס גייט אריבער אויף דיר, מען פרובירט אויס יעדן איינעם פון הימל מיט שווערע ביטערע נסיונות. די געפיל וואס דו שפירסט, ווי קיינער דארף דיך נישט, און ווי דו וועסט שוין סיי נישט ווערן א צדיק - דאס האבן אלע צדיקים געשפירט בתחילת התקרבותם, דער רבי אליין האט אויך געהאט דעם געפיל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון א אמת'ן צדיק וואס האט געזאגט, (מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז דאס איז דער רבי אליין), "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה", אויב וואלט ער געהאט איינעם - נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז - וואס זאל אים זאגן, "בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי", ברודער, "חֲזַק", שטארק זיך, "וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", און דערהאלט זיך - "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


ברודער טייערער שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, און אז דו שפירסט ווי מען שטופט דיך אוועק פון אלע היכלות, מען לאזט דיר נישט אריין בהיכל הצדיקים - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זיך גוט גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן: "פתחו לי שערי צדק, עפן מיר די טיר רבונו של עולם, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל זיין מיט דיר"; לאז נישט נאך די הייליגע זאך פון התבודדות, ביי דעם דארף מען עקשנות, נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, נישט אוועק גיין פונעם אייבערשטן, אפילו ווען מען טרייבט אוועק וכו' וכו'.


מארגן וועט זיין דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין די נייע בארא פארקער שול, מען האט זיך געדארפט אריבערציען צו א נייע פלאץ, וועט דארט זיין דער שיעור מיט קביעות מזוזה.


דעם שבת קודש וועל איך זיין אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.