בעזרת ה' יתברך
א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן די זיבן און זיבעציגסטע מאל גאנץ ששה סדרי משנה; נישטא קיין גרעסערע זאך פאר'ן מענטש ווי לערנען משניות, משניות וואשט אפ די נשמה פון אלע עבירות און טומאות.
זייענדיג אין שטעטל די פאר טעג האב איך געזען אז דו דאווענסט אן א הוט און רעקל, איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט יא דאווענען מיט א הוט און רעקל; מילא די אינגעלייט וואס ארבעטן און בויען, זיי ווערן שמוציג - זיי קענען נישט גיין מיט די הוט און רעקל א גאנצן טאג, זיי קומען פון די ארבעט און כאפן זיך אריין אין שול די לעצטע מינוט, איז איין זאך, אבער אז דיין ארבעט איז א ריינע ארבעט, דו זיצט אין אפיס - דארפסטו יא קומען אין שול מיט דרך ארץ, מיט הכנעה.
מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אין יבנאל מען זאל קומען דאווענען מיט הכנעה, מיט דרך ארץ; אנגעטון ווי עס פאסט פאר'ן מלך מלכי המלכים.
איך האף דו וועסט נעמען די בריוו ערנסט, דו וועסט קומען דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט דרך ארץ.
איך שרייב דיר, איך זאג דיר וואס צו טון נאר ווייל איך האלט דיר ווי מיין אייגן זון.