בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאנק דעם אייבערשטן און געב אכטונג אויף דיין ווייב
קינדער, תודה והודאה, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער פאר די גוטע נייעס וכו'; זיי מודיע דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן - אז איר ווארט למזל טוב. עלטערן זענען זייער באזארגט, זיי ווארטן צו הערן עפעס גוטע נייעס, עס איז וויכטיג צו זאגן די עלטערן די גוטע נייעס.


דו בעטסט איך זאל דיר שרייבן הנהגות פאר דיין ווייב פאר די טעג וכו'; פארוואס בעטסטו נישט מען זאל שרייבן פאר דיר הנהגות אין די טעג? דיין ווייב טוט שוין גענוג אין די טעג, איר גאנצע לעבן איז אוועק געגעבן פאר'ן אייבערשטן וכו' וכו'; מענער קענען דאס נישט פארשטיין און וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וואס א פרוי גייט אריבער די חדשים. טראכט וואס דו קענסט טון אין די טעג, דו דארפסט אויסנוצן די טעג מיט אסאך תודה והודאה, אסאך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים ביז אהער און בעטן אויף ווייטער אז אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


נאך אן הנהגה פאר דיר אין די חדשים; געב אכטונג אויף דיין ווייב, ווי שטארק דו געבסט אכטונג אויף איר א גאנץ יאר זאלסטו אין די חדשים נאך מער אכטונג געבן. עס איז נישט צום פארשטיין ווי שווער עס איז זיי; מען דארף זייער אכטונג געבן אין די טעג, זיין פאר זיי גרייט אין יעדע מצב, נישט פארלאנגען וכו', נישט נאכלויפן אין די טעג, נישט פארלאנגען זי זאל קאכן און מאכן.


אויב דו וועסט איר נאכלויפן אין די טעג וכו' וכו' - וועסטו איר פארלירן אפילו אויף שפעטער; איך ווייס פון מעשיות וואס אינגעלייט האבן דאס נישט געוויסט, מען האט זיי נישט אנגעגרייט, זיי האבן חתונה געהאט און גלייך אנגעהויבן ווארטן; זיי האבן פארלאנגט וכו' און נאכגעלאפן וכו', דאס יונג ווייבל האט נאכנישט געוויסט אז מען מעג זאגן 'איך שפיר זיך נישט גוט', 'איך בין דיזי', 'איך בין נאושעס'; און דאס האט גורם געווען נאכדעם מען זאל זיך אנגאנצן צעטיילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.