בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאס גרויסקייט פון לערנען מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, חדר, פירושים

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


היינט אינדערפרי ביים לערנען תיקונים האב איך זיך באגעגנט מיט אזעלכע זיסע ווערטער און איך האב גלייך גענומען דעם פעדער און פאפיר דיר צו שרייבן אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען מיט תינוקות של בית רבן.


רבי שמעון בר יוחאי זאגט, ער טייטשט אויס די מצוה פון שילוח הקן (תיקון ו, דף כא ע"ב): "אֶפְרוֹחִים" פייגלעך, "אִלֵּין תַּלְמִידֵי חֲכָמִים" דאס מיינט מען די ערליכע אידן וואס לערנען תורה. "דִּבְגִינְהוֹן" צוליב זיי, "שַׁרְיָא שְׁכִינְתָּא" רוט די הייליגע שכינה, "עַל יִשְׂרָאֵל" אויף אידישע קינדער. "אוֹ בֵּיצִים" אדער אייער; זאגט רבי שמעון בר יוחאי - "אִלֵּין אִינוּן תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן" דאס מיינט מען קינדער וואס לערנען תורה ביים מלמד; קינדער זענען אזוי ווי אייער, זיי זענען נאך יונג, נאך פאר'ן ווערן פייגלעך - גרויסע תלמידי חכמים, "דִּבְגִינְהוֹן שַׁרְיָא שְׁכִינְתָּא עַל יִשְׂרָאֵל" וואס אין זייער זכות רוט די שכינה ביי אידישע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:) די וועלט שטייט אויף זייער תורה, "וְאִלֵּין" און די קינדער, "אִינוּן מָארֵי מִקְרָא" לערנען חומש. "וּבְזִמְנָא דְאִינוּן עָסְקִין בְּאוֹרַיְיתָא" ווען תלמידי חכמים און תינוקות של בית רבן לערנען חומש, "אוֹ בְמִצְוָה" אדער טוען מצוות, "דְאִנּוּן קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתָּא" פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, "וְגָרְמִי לְחַבְּרָא לוֹן כַּחֲדָא" קלעבן זיי זיך צו צום אייבערשטן, "יָרְתִין מִתַּמָּן נִשְׁמָתִין" זיי זענען זוכה צו באקומען א הייליגע נשמה, "וְאִתְקְרִיאוּ בָנִים דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" זיי ווערן אנגערופן 'די קינדער פונעם אייבערשטן', אויף זיי זאגט דער פסוק (דברים כב, ו): "'לֹא תִקַּח הָאֵם עַל הַבָּנִים', דְּאִימָּא לָא זָזָה מִנַּיְיהוּ לְעָלַם", דער אייבערשטער בלייבט שטענדיג מיט זיי.


הערסט זיסע ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי? דאס איז דאך ממש חיזוק פאר דיר, דו זיצט מיט תינוקות של בית רבן, עס איז דא סיי אפרוחים - די מלמדים, או ביצים - מיט די קינדער, - זיי זענען גורם צו ברענגען קדושה אויף די וועלט, זיי מאכן רוען די שכינה הקדושה.


נעכטן ווען איך בין געווען ביי דיר אין כתה ביי די סיומים, האב איך באקומען פרישע כוחות; איך האב אזוי הנאה געהאט צו זיצן מיט די ליכטיגע קינדער.


זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.