בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.
איר שרייבט: "מיין לעבן איז איין שטיק ליידן צרות" און איר פרעגט אויב אייער גאנצע לעבן וועט ווייטער זיין איין שטיק צרות; דאס ווענדט זיך אין אייך. עס ווענדט זיך ווי אזוי איר וועט נעמען אייער לעבן, ווי אזוי איר וועט קוקן אויפ'ן לעבן.
איך ווייס נישט צופיל פון אייער לעבן, אבער דאס וואס איר שרייבט, איר רעכנט אויס וואס איר האט געליטן - מיין איך אז איר זענט נישט גערעכט; דער אייבערשטער זאל אייך באהיטן פון ליידן, איר זאלט קיינמאל נישט וויסן וואס מיינט ליידן, וואס מיינט צרות.
וויסן זאלט איר, דאס לעבן אויף די וועלט איז געוואנדן אינעם מענטש; אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט אז 'אלעס וואס גייט אריבער איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער מאכט אלעס פאר מיין גוטס' - דעמאלט איז דאס לעבן זיס און געשמאק, אבער אז מען לעבט מיט טבע, מקרה און מזל - דעמאלט איז זייער ביטער.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא אויף די וועלט איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער איז פול מיט יסורים". אפילו די גרויסע עשירים זענען פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג. שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן.
הייבטס אן קוקן אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. איר זענט געזונט און שטארק, איר זענט נישט אין שפיטאל; איר האט אלע אברים גאנץ, דאנקטס אים אויף אייערע אויגן, אייערע אויערן, נאז, מויל, הענט און פיס; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די ראשי תיבות פון עשי"ר: ע'ינים, ש'ינים, י'דים און ר'גלים, אז מען האט די אברים גאנץ איז מען רייך.
איך דערמאן זיך א מעשה וואס איך האב געהאט. איך בין געווען ביי א חתונה פון אן אייניקל פון מוהרא"ש און איך בין געווען זייער צעבראכן (דעמאלט זענען געווען מענטשן וואס האבן געזוכט צו רעדן צו מוהרא"ש קעגן די ישיבה וכו'), איך האב געטאנצן מיט אלעמען אבער אינעווייניג טיף אין מיין הארץ בין איך געווען זייער צעבראכן, פלוצלונג קומט אריין א איד אינעם רינג און כאפט מיר אן, איך וויל אים אנכאפן אבער איך טרעף נישט זיינע פינגער, איך דריי זיך אויס, איך קוק און איך זע אז עס איז נישטא קיין פינגער, נאר איין פינגער האט ער; איך האב געשפירט ווי איך קען עס נישט נעמען, איך האב געוואלט ארויסגיין פונעם רינג אבער איך האב אים נישט געוואלט פארשעמען. איך בין געבליבן ווייטער טאנצן און איך הייבן אן טראכטן: 'איין מינוט, וואס גייט פאר מיט מיר? פארוואס בין איך צעבראכן?! איך האב דאך מיינע צען פינגער'; איך האב געשפירט ווי דער אייבערשטער האט מיר געשיקט דעם מענטש מיר אויפצואוועקן פון שלאף, איך זאל אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן. אזוי האב איך געטון, איך האב אנגעהויבן טאנצן זייער פרייליך.
דאס זעלבע זאג איך אייך, איר האט חתונה געהאט און נאך אביסל האט איר שוין ליכטיגע קינדער; איר זענט געזונט און אייער מאן איז געזונט, "וואס פעלט אייך?" איין זאך פעלט אייך, איר זאלט אנהייבן קוקן אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך; איר זאלט נעמען דעם תהילים און אנהייבן לויבן דעם אייבערשטן, זינגען די געזאנג וואס דוד המלך האט געזינגען ווען ער איז אריבער ביטערע שווערע צרות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.