בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאס רעדן צום אייבערשטן שטעלט אלעס אין פלאץ
תפילה והתבודדות, מנהגים, פסח, מסודר, שבת הגדול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מצורע, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פח) וואס איז דער ענין פון "הֲפִיכַת הַשֻּׁלְחָן בְּשַׁבָּת הַגָּדוֹל"? מען זעט שבת הגדול איז אין אלע שטובער איבערגעדרייט, עס טוט זיך א בהלה; זאגט דער רבי, דער טיש ווייזט אויפ'ן דיבור, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מא, כב): "וַיְדַבֵּר אֵלַי זֶה הַשֻּׁלְחָן אֲשֶׁר לִפְנֵי ה'", וויל מען יעצט ווייזן אז יעצט איז נאך דער דיבור אין גלות, עס איז נישט מסודר, עס איז איבערגעדרייט, אבער אז מיר וועלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח, מיר וועלן אנהויבן רעדן צום אייבערשטן און עס וועט ווערן פֶּה-סָח, דאן וועלן מיר האבן א געהעריגע טיש און אזוי וועלן מיר ארויסגיין פון מצרים.


דאס איז וויכטיג צו געדענקען, יעדעס מאל עס ווערט ביי איינעם 'הפיכת השלחן', עס ווערט אים איבערגעדרייט זיין סדר היום, זיין שטוב, זיין פרנסה, זאכן גייען פארקערט - דאס איז אלץ ווייל עס פעלט דעם דיבור, מען רעדט נישט צום אייבערשטן; דאס רעדן צום אייבערשטן שטעלט אלעס אין פלאץ, עס איז שוין גארנישט איבערגעדרייט, נישטא קיין הפיכת השלחן.


דעם בריוו שרייב איך פאר ענק אלע, אבער עס שפירט זיך מער פערזענליך ווען עס איז געשריבן בלשון נוכח:


טייערער ליבער ברודער, גיי יעצט אין א זייט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין צו אים, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגענוגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דער זוהר זאגט דארט ווייטער אז ווען דוד המלך האט געזען די חשיבות פונעם ארעמאן'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס קומט און רעדט זיך אויס דאס הארץ.


פסח זאלט איר נישט מאכן קיין קידוש אין שול, מען מישט זיך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.