בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - אזוי שיין געווען אין שטעטל די הכנות צום פסח
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, צדקה, קעמפ, שטעטל, סיום, ראש ישיבה, שמחות, פירושים, פסח, שבת הגדול, נערווען, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געפארן אין שטעטל אויף יום טוב, איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור. איך האב זייער הנאה דא, איך דערמאן זיך וואס רבי נתן האט געזאגט נאכן בודק חמץ זיין, ער שפירט שוין א שטיקל טעם פון פסח נאך בדיקת חמץ. איך שפיר שוין יעצט א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו, מען לעבט מיט אמונה, מען לעבט מיט העלפן איינער דעם צווייטן; עס איז עפעס אן אנדערע וועלט, עס איז ממש חוץ לישוב, דער פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט פירן זיינע מענטשן (עיין ספורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה).


פרייטאג בין איך געווען אין חדר, איך האב געלערנט מיט די עלצטע כיתה און געדאווענט מיט זיי. איך האב מסיים געווען צוויי מאל ששה סדרי משנה, (איך האב געהאט איבערגעלאזט א משנה פון איין מאל פריער), נאכדעם האבן מיר געדאווענט אינאיינעם.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שטוב פון הרב ר' יעקב לעזער שליט"א צו א סיום מסכת נזיר. ער לערנט מיט די קינדער יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קינדער וואס ווילן לערנען נאך חדר בהתנדבות לבם. עס איז געווען אזוי שיין צו זיצן מיט די קינדער און זען די ליכטיגקייט אויף זייערע פנימ'ער.


נאכדעם האט מען אויסגעטיילט פון בית התבשיל - פאר א גרויס חלק שטעטל - קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי פאר פסח. דאס קומט צו באדאנקען די טייערע איבערגעגעבענע גבאים פון בית התבשיל וואס זיי האבן אויסגעטיילט אזויפיל געלט פאר אנשי שלומינו פאר יום טוב. מיך האט מען געבעטן עס אויסצוטיילן, די גבאים ווילן אפילו נישט וויסן ווער באקומט און וויפיל מען באקומט. זיי ברענגען די געלט און מער פון דעם ווילן זיי נישט, זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס אויסטיילן. מען זאגט מיר יישר כח, אבער עס האט גארנישט מיט מיר, דער יישר כח קומט פאר די גבאים.


שבת הגדול איז געווען הערליך שיין, איך האב געדאווענט אלע תפילות אין בית המדרש אונטער מיין שטוב און די סעודות האב איך געגעסן ביי מיין זון הרב שלמה. ביי מיר אין שטוב איז שוין גע'כשר'ט און איבערגעדעקט אלע קאונטערס גרייט צו קאכן פאר פסח. נאך די סעודה זענען געקומען אנשי שלומינו, אויך דער דיין שליט"א; עס איז געווען זייער שיינע שמועסן, שמועסן פון תכלית, שמועסן פון אמונה.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט ספר פעולת הצדיק, פון וואס דער רבי זאגט דער עיקר תכלית אויף די וועלט איז נאר מען זאל רעדן צום אייבערשטן, כידבר איש אל רעהו. עס איז געווען א הערליכע שמועס, אפשר וועט איינער פון די צוהערער דאס אפשרייבן.


ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט סיפורי מעשיות (מעשה יג) פון דעם בעטלער מיט די הויקער וואס האט זיך בארימט אז ער האט די זאך פון מיעוט המחזיק את המרובה; מיר האבן גערעדט אז ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, ער איז ביי זיך מיעוט, ער איז זיך מבטל צום אייבערשטן - באקומט מען כוחות צו קענען אנגיין אין לעבן, אפילו עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות; מען איז מחזיק את המרובה, מען קען דערהייבן די שטוב, די ווייב, די קינדער, אלעס אלעס; ווייל מען איז ביי זיך גארנישט.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פארן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


מוצאי שבת האבן מיר געלערנט דעם בלאט בבלי און ירושלמי.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית מיט די קינדער פון כיתה ט', איך בין געזיצן מיט זיי און געלערנט סדר דרך הלימוד. עס איז אזוי געשמאק אין חדר, מען שפירט דארט אן אויר הזך והנח, איך בין געפארן מיט די באס; איך האב הנאה צו זען ווי מען ברענגט די קינדער צום תלמוד תורה.


נאכדעם בין געגאנגען מיטן מענידזשער אליעזר אין מחנה אילן החיים. איך האב אים געוויזן זאכן וואס מען דארף אנגרייטן פארן זומער הבא עלינו לטובה, איך האב געוויזן ווי אזוי איך וויל ער זאל גרעסער מאכן די שול פאר די קינדער וואס גייען דארט לערנען דעם קומענדיגן זומער, אויך די מחיצה ביי די שווים באסיין, און נאך זאכן.


רוב טאג האב איך געהאלפן אין שטוב אנגרייטן צום פסח.


איך בעט דיר זייער, העלף דיין ווייב און מאך איר נישט משוגע יעדע מאל מיט א צווייטע משוגעת. איך טראכט צו מיר, אז זי וואוינט נאך מיט דיר - איז דאס א נס, א צווייטער וואלט שוין לאנג אנטלאפן.


האסט נערווען? גיי אין א זייט און שריי: "הייליגער באשעפער, נעם ארויס מיינע נערווען, מאך מיך געזונט, מאך מיך פרייליך וכו' וכו'".


מזל טוב פאר די שידוך פון אליעזר שלמה נרו יאיר, א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אן אייניקל פון הרב רבי יצחק שליט"א. איך האף צו קענען מאכן נאך און נאך שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#2 - הנהגות פאר א גבאי בית המדרש היכל הקודש
חברים, דרך ארץ, שבת קודש, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, מוסר, מנהגים, פסח, יום טוב, גבאי, יוצרות, שבת הגדול, פתיחת הארון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען שמועסט ביים זינגען זמירות - דאס איז נישט דיין עסק; ביי מיר שמועסט מען אויך, און איך געדענק ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ווען איך פלעג אמאל אריין וואקן פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק זיין ביי מוהרא"ש ביי שלש סעודות - האט מען אויך געשמועסט.


ביים פארלערנען - בין איך יא מקפיד מען זאל נישט רעדן, אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש, ביים פארלערנען איז געווען זייער שטיל. אויך דעמאלט זוך איך נישט ווי איך קען כאפן איינעם רעדן, נישט אלעס דארף מען זען און באמערקן, אמאל קומט אויס אז דאס שטיל מאכן שטערט מער ווי דאס גאנצע שמועסן וד"ל.


זוך נישט ווי צו באמערקען און קריטיקירן, דאס איז נישט דער אמט פון גבאות אין היכל הקודש; זוך ווי צו קענען אריינברענגען א חיות אין אנשי שלומינו.


בנוגע די חברים וואס בלייבן שמועסן נאכן דאווענען און דו זאגסט זיי אז מען קען נישט בלייבן שמועסן, דער ראש ישיבה זאגט מען דארף גיין מאכן די סעודה, דו פרעגסט מיר אויב דו טוסט גוט; דאס איז נישט דער אמט פונעם גבאי, וואס שטערט דיר אז די טייערע חברים ווילן בלייבן אביסל שמועסן שיחות חברים? אמת, מען דארף גיין מאכן א סעודה, אבער דאס איז נישט דיין עסק, א גבאי האט זיך נישט צו מישן אין יענעמ'ס זאכן, דער גבאי דארף זען מען זאל דאווענען אין צייט, עס זאלן זיין גוטע בעלי תפילות, א גוטער בעל קורא; אויך דער בית המדרש זאל זיין ריין און מסודר, אלעס זאל זיך פירן שיין און נארמאל, אבער אין יענעמ'ס עסק דארף מען זיך נישט מישן.


איך וועל דיר זאגן נאכמער, איך זאג קיינמאל נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, אז יענער וועט מיר פרעגן: "טו איך גוט, טו איך נישט גוט?" דעמאלט זאג איך, אבער אז יענער פרעגט נישט - זאג איך נישט.


בנוגע יוצרות; ביי אונז זאגט מען נישט דעם לאנגן שטיקל יוצר פאר קדושה, נאר איינמאל אין יאר, שבת הגדול, דעמאלט זאגן מיר די לאנגע יוצר וואס גייט אריבער אלע הלכות פסח, אבער אלע אנדערע צייטן און ימים טובים - לאזן מיר אויס דעם שטיקל.


בנוגע פתיחת הארון וכו'; מוהרא"ש פלעגט מאכן פתיחת הארון און זיך אביסל מתבודד זיין. מיר טוען אויך אזוי; אינדערוואכן ביי די בחורים האלטן מיר אפן דעם ארון קודש אביסל לענגער, שבת מאך איך אביסל קורצער כדי נישט אויפצוהאלטן, נישט מאכן טירחא דציבורא.


נאך א שיינע זאך צו וויסן אין אלע שולן היכל הקודש; ווען עס געפאלט אויס יום טוב אום שבת אזוי ווי די יאר פסח - פירן זיך אלע אז מען לאזט אויס שטיקלעך פונעם פיוט לכה דודי, אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן דעם גאנצן לכה דודי און נישט אויסלאזן די שטיקלעך משום מעשה שהי', מוהרא"ש האט געהאט א חלום ווי דער בעל הפיוט איז אים געקומען אין חלום וכו', און אזוי פירט מען זיך אין אלע בתי מדרשים היכל הקודש.


זאלסט האבן א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#1 - דאס רעדן צום אייבערשטן שטעלט אלעס אין פלאץ
תפילה והתבודדות, מנהגים, פסח, מסודר, שבת הגדול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מצורע, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פח) וואס איז דער ענין פון "הֲפִיכַת הַשֻּׁלְחָן בְּשַׁבָּת הַגָּדוֹל"? מען זעט שבת הגדול איז אין אלע שטובער איבערגעדרייט, עס טוט זיך א בהלה; זאגט דער רבי, דער טיש ווייזט אויפ'ן דיבור, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מא, כב): "וַיְדַבֵּר אֵלַי זֶה הַשֻּׁלְחָן אֲשֶׁר לִפְנֵי ה'", וויל מען יעצט ווייזן אז יעצט איז נאך דער דיבור אין גלות, עס איז נישט מסודר, עס איז איבערגעדרייט, אבער אז מיר וועלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח, מיר וועלן אנהויבן רעדן צום אייבערשטן און עס וועט ווערן פֶּה-סָח, דאן וועלן מיר האבן א געהעריגע טיש און אזוי וועלן מיר ארויסגיין פון מצרים.


דאס איז וויכטיג צו געדענקען, יעדעס מאל עס ווערט ביי איינעם 'הפיכת השלחן', עס ווערט אים איבערגעדרייט זיין סדר היום, זיין שטוב, זיין פרנסה, זאכן גייען פארקערט - דאס איז אלץ ווייל עס פעלט דעם דיבור, מען רעדט נישט צום אייבערשטן; דאס רעדן צום אייבערשטן שטעלט אלעס אין פלאץ, עס איז שוין גארנישט איבערגעדרייט, נישטא קיין הפיכת השלחן.


דעם בריוו שרייב איך פאר ענק אלע, אבער עס שפירט זיך מער פערזענליך ווען עס איז געשריבן בלשון נוכח:


טייערער ליבער ברודער, גיי יעצט אין א זייט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין צו אים, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגענוגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דער זוהר זאגט דארט ווייטער אז ווען דוד המלך האט געזען די חשיבות פונעם ארעמאן'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס קומט און רעדט זיך אויס דאס הארץ.


פסח זאלט איר נישט מאכן קיין קידוש אין שול, מען מישט זיך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.