בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'.
אייער מאן האט מיר געפרעגט, איר ווילט וויסן אויב עס איז אמת אז נאך אביסל וועלן מיר אלע דארפן אנטלויפן פון אמעריקע; א פרוי זאגט פאר אלע פרויען אז זי האלט מיט זיך א גאנצן צייט די פאספארטן פון די גאנצע משפחה ווייל מוהרא"ש האט געזאגט מען וועט דארפן אנטלויפן, איר פרעגט אויב איר זאלט אויך אזוי טון.
עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא חסידים וואס פירן זיך צו לייגן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: 'משיח איז נאך נישט דא?!' און זיי הייבן אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין; זיי זאגן אז ווילאנג משיח איז נאך נישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל אז מען שלאפט זינדיגט מען נישט, האט רבי נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א תהילים אונטערן קישן, און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא, זאל מען נעמען דעם תהילים, זאגן תהילים און שרייען צום אייבערשטן".
זאגט פאר די פרוי וואס טראגט אירע פאספארטן מיט זיך וכו', אז אנשטאט האלטן אין איר טאשקע טאג און נאכט אירע פאספארטן זאל זי האלטן מיט זיך א תהילים און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און בעטן אויף ווייטער.
אז איר ווילט וויסן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן זאלט איר לערנען 'אשר בנחל', אין די בריוו ליגט אלעס; אלע סודות, אלעס וואס גייט זיין ביז משיח וועט קומען - ליגט אין די בריוו. קיינער זאל נישט קומען זאגן דאס און יענץ ווען מיר האבן די בריוו און דארט ווייזט אונז מוהרא"ש וואס מיר זאלן טון, ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן.
מיר וועלן ווייטער פארשפרייטן די הייליגע עצות, די גראדע שכל און זיסע לעבן פאר אלעמען און אזוי וועלן מיר ברענגען משיח וואס וועט אונז מיט נעמען קיין ארץ ישראל.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.