בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף רעדן צו קינדער פון זיך פירן איידל, און אז דער אייבערשטער זעט אלעס וואס מען טוט; דער אייבערשטער זעט אויב מען שפילט מיט א צווייטן נישט איידל, און אז מען האט שוין גערעדט איינמאל - רעדט מען א צווייטע מאל און א דריטע מאל; דאס איז די עצה.
אמאל אז מען זעט ווי די קינדער דערהערן נישט - גייט מען שטרענגער, אזוי ווי מען באגייט זיך מיט קינדער ביי אנדערע פעלער.
עבודת החינוך איז דאס הייליגסטע זאך, דאס וויכטיגסטע זאך; עס איז טאקע א שווערע זאך, אבער עס צאלט זיך אויס.
רבי נתן האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב צו מחנך זיין מיינע קינדער, פינקט ווי אויפשטיין חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, רבי נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה.
ווער נישט פארלוירן און דערשראקן אז דו האסט געזען דיין טאכטער זיך שפילן נישט איידל מיט נאך א קינד, דאס דארף דיך מחזק זיין צו רעדן נאך מער פון אמונה; אז מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט אלעס, ער איז איבעראל; אונטער די טיש, אונטער די בעט, אין א שאפע, אין א טונקעלע שטוב, און דער אייבערשטער לאזט נישט זיך אויסטון די וועש מיט א חבר'טע, און חס ושלום קיינער זאל נישט אויפהייבן דיינע קליידער.
וואויל איז דעם וואס רעדט צו די קינדער פון אמונה און יראת שמים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.