בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל בית התבשיל קרית ברסלב, ליבערטי
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; אנשי שלומינו זענען דיר זייער דאנקבאר פאר דיין געטרייע ארבעט פון צושטעלן עסן פאר די גאנצע שטאט.
עס זאל דיר אבער נישט וויי טון ווען איינער דארף נישט און וויל נישט נעמען פון די עסן, אדער אויב איינער פון די גבאים נעמען נישט; דו גיי דיין וועג, דו טו גוטס און ווער עס דארף נישט - דארפסטו נישט מאכן קיין עסק דערפון.
דו ווייסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אלץ געזאגט פאר זיינע הייליגע קינדער זיי זאלן גיין נאך געלט, אין די זעלבע צייט האט ער זיי געבעטן זיי זאלן נישט ווערן קיין שונאי ישראל, נישט פיינט האבן אידן; וואס איז די שייכות איינס מיט'ן צווייטן? נאר בדרך כלל, די אלע וואס טוען חסד ווערן אזוי אריינגעטון אין עולם החסד, זיי פארגעסן אז עס איז דא נאך מענטשן; מען פארגעסט אז עס איז דא נאך מידות, עס איז דא חסד, גבורה, תפארת וכו', בשעת מען נעמט צאם געלט און מען זעט איינער געבט נישט ווערט מען גערעגט אויף די מענטשן; דאס האט ער זיי געבעטן, זיי זאלן ווייטער ליב האבן אידישע קינדער.
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, קוק נישט אויף קיינעם; גיי דיין וועג און האב יעדן ליב, וועסטו זייער מצליח זיין.