בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דורך עבירות ווערט די לעבן טונקל, שווארץ, קאמפליצירט
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, עבירות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווארף אוועק דיין טעבלעט, ווער ווייסט אויב דאס איז נישט דער שטער צו דיין ישועה; אזויפיל דאווען איך פאר דיר דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך און קען זיין אז די מאוויס וואס דו קוקסט אויפן טעבלעט - דאס האלט אלעס צוריק.


ענדערש קויף זיך א כשר'ע טעלעפאן ווי איידער האבן די כלים וואס נאכן פילטערן קענסטו דאס נאכאלץ עפענען, און קוקן ניאוף רחמנא לצלן. דער רבי זאגט קלאר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): "וּמֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, "תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו', אבער אז מען טוט תשובה - "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך.


טייערער ברודער, ווארף אוועק די טעבלעט, ווארף אוועק די כלים וואס דו קענסט זען ניאוף, מען פארלירט אלעס אז מען קוקט ניאוף; מען פארלירט די לעבן, די פרנסה, די שמחה, די מנוחה; אז מען איז פוגם בברית - ווערט די לעבן טונקל, שווארץ, קאמפליצירט; אלעס פון זיך נישט היטן די אויגן.


טייערער ..., גיי יעדן טאג התבודדות, וויין צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, שריי צו אים ער זאל דיר געבן דיין שידוך, זאג אים: "הייליגער באשעפער איך וויל שוין מיין שידוך, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך וויל האבן מיין לעבן, מיין ווייב, מיינע קינדער.


רבונו של עולם, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזא רחמנות, איך האלט אין איין זינדיגן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, איך ווייס אז דאס איז גורם אז מיין שידוך זאל זיך אפשטופן, אבער אייבערשטער וואס קען איך טון נישט אראפצופאלן אין די עבירה? טאטעניו וואס קען איך טון אז איך קען נישט עומד זיין בנסיון, איך דארף חתונה האבן, נאר אז איך וועל חתונה האבן וועל איך זיך קענען האלטן בקדושה ובטהרה, אנא ה' איך בעט דיר אייבערשטער, וואו איז מיין שידוך? ווען באקום איך מיין שידוך? איך קען נישט מער, איך וויל א שידוך און איך וויל א ריינעם מח".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און דיר געבן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.