בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיין טאטע שעפט נחת פון דיר
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב לעצטנס געטראפן אפאר מאל דיין טאטע נרו יאיר, און מיט טרערן אין די אויגן האט ער מיר געזאגט אז דו מיט דיין משפחה איז זיין גרעסטע נחת, און ער דאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב, ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, ער האט מיר געדריקט מיין האנט מיט אזא שטארקע ליבשאפט, און מיך מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט מחזק זיין די קהילה.


וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא קיין גרעסערע הפצה, נישטא קיין גרעסערע וועג שיין צו מאכן דעם רבינ'ס נאמען ווי ווען קינדער פירן א שיינע שטוב, א פרייליכע געזונטע שטוב, און די עלטערן קוקן און זעען די שיינע נחת און זאגן בפה מלא אז די ברסלב'ע קינדער זענען זיי אזוי שיין מכבד, און די ברסלב'ע קינדער זענען אזוי דרך ארץ'דיג.


אמאל דארף מען ווארטן אפאר יאר, אמאל שנעלער און אמאל לענגער, אבער ביים סוף ענדיגט זיך דאס. אזוי ווי ביי מוהרנ"ת, וואס זיין טאטע האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, און ביים סוף האט ער אים געזאגט: "דו ביסט מיך די מערסטע מכבד" וכו'.


זאג יעדן טאג תהלים, בעט פאר דיינע דורות זיי זאלן אלע זיין הייליג און ערליך.