בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיין שיינע צעטל אנגעפילט מיט אזויפיל תורה
כיבוד אב ואם, דרך ארץ, לימוד התורה, נחת, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


דער מנהל האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער דערציילט מיר אז ער האט מיט דיר אפגעמאכט, היות דו דאווענסט שוין פריער, דו האסט שוין בר מצוה געהאט, דו דאווענסט מיט מנין; איז בשעת די קינדער דאווענען אין חדר - דעמאלט לערנסטו דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו לערנסט מקרא, משנה, גמרא. דער מנהל האט מיר באוויזן דעם צעטל, דעם חשבון וואו דו צייכנסט זיך אליינס אויף יעדן טאג וויפיל דו לערנסט; איך האב זייער הנאה געהאט צו זען דיין צעטל אנגעפילט מיט אזויפיל תורה.


... טייערער, איך וויל דו זאלסט אין שטוב אויך זיין א גרויסער צדיק, דו זאלסט פאלגן דיינע עלטערן מיט גרויס דרך ארץ; אזוי וועסטו מיר מאכן גרויס נחת.


קומענדיגע מאל איך קום קיין ארץ ישראל וועל איך קומען אין חדר ענק באזוכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.