בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
"בְּנִי, אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים", מיין זון, אויב זינדיגע מענטשן וועלן דיך איבעררעדן צו טון שלעכטס, "אַל תֹּבֵא", זאלסטו זיי נישט נאכגיין (משלי א, י).
רש"י טייטשט "חַטָּאִים, חוטאים" – זינדיגע מענטשן, מיט'ן רבינ'ס הקדמות קען מען זאגן פשט "חַטָּאִים" – דאס זענען די עבירות אליינס; שלמה המלך זאגט "אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים", אויב וועלן דיינע עבירות דיך איינרעדן אז דו ביסט שוין פארפאלן, "אַל תֹּבֵא", זאלסטו זיי נישט נאכגיין, ווייל עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען שטענדיג תשובה טון, אפילו דער מענטש איז נעבעך אראפגעפאלן אין שאול תחתית, ער האט געטון אסאך זינד – קען ער נאכאלץ תשובה טון.
אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר, אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן"; דאס בעט אונז די הייליגע תורה, "בְּנִי", מיין קינד, "אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים", אז דיינע זינד וועלן דיר איינרעדן 'דו ביסט שוין סיי ווי דערנאך', אזוי ווי אחר האט זיך טועה געווען און געזאגט (חגיגה טו.): "הואיל ואיטריד ההוא גברא מההוא עלמא", וויבאלד איז בין שוין סיי ווי דערנאך, "ליפוק ליתהני בהאי עלמא", לאז מיך נאכגיין די גליסטענישן פון מיין הארץ און טון עבירות, "אַל תֹּבֵא", זאלסט נישט אזוי זאגן, דו קענסט אלץ תשובה טון, צוריקקומען צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק, והבן למעשה.