בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן. דו קענסט גיין אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, און אויך ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו גיין מיט א הוט אין רעקל; יעצט ווען דו ביסט ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך נישט קריגן מיט זיי.
אויך אז עס שטערט דיינע עלטערן ווען דו ברענגסט אהיים אזויפיל ספרים - זאלסטו נישט אהיים ברענגען אזויפיל ספרים, האלט דיינע ספרים אין ישיבה און נאך דיין חתונה וועסטו האבן א שיינע ספרים שטוב אנגעפולט מיט ספרים.
אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן, דו וועסט רעדן צו זיי אזוי ווי מען רעדט צו א רבי, מיט גרויס דרך ארץ; דו וועסט זיך נישט טענה'ען מיט זיי - וועלן זיי אויך מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.
דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט'ן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמובא בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי זאגט דארט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", עיין שם.
אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.