בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר, אוקיטשאובי פלארידע, שכונת לעיק פראנט
מזל טוב פארן זיך אריבערציען אינעם נייעם שכונה, די נייע געגנט אין פלארידע; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס מזל און מיט הצלחה וסייעתא דשמיא.
איך וויל דיר שרייבן א זאך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן אויף דיין טעלעפאן וכו'; עס איז נישט ריכטיג צו האבן א טעלעפאן ווען מען האט אין שטוב קינדער, ווייל אפילו דו טראכסט אז דו קענסט זיך אכטונג געבן פון שלעכטס, דו ווייסט ווי אזוי דאס צו ניצן נאר אויף גוטע זאכן, און דו לייגסט ארויף א פילטער - דארפסטו וויסן אז דיינע קינדער קענען פון דעם געשעדיגט ווערן; יונגע קינדער ווייסן ווי אזוי אויסצושפילן די פילטער און אנקומען צו די ערגסטע זאכן השם ישמרינו.
קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף בחורים און אינגעלייט, ביטערע שווערע נסיונות, איך ווייס אויך נישט, אביסל ווייס איך, דאס ביסל וואס בחורים און אינגעלייט קומען צו מיר וויינען ווי שטארק זיי מוטשען זיך, און אסאך זאגן אז גאר אין שטוב פון טאטע מאמע האט זיך אנגעהויבן זייערע יסורים, ביים קוקן אין די טאטע מאמע'ס טעלעפאן; טאטע מאמע ווייסן נישט, טאטע מאמע מיינען אז אלעס איז גוט, אלעס איז פיין, זיי טראכטן: 'עס איז נישט אזוי געפערליך ווי די רבנים מאכן דאס', זיי האלטן זיך קלוגער, אז זיי קענען זיין אפגעהיטן וכו', בשעת ווען זייערע קינדער מוטשען זיך מיט שווערע נסיונות, מיט נסיונות אין קדושה, און מיט נסיונות אין אמונה; טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט פייניגן זיך מיט ספיקות און קשיות השם ירחם פון האבן פוגם געווען מיט די אויגן, מיט קוקן דאס ערגסטע רחמנא לצלן, און דאס טוט אפשוואכן די הייליגע אמונה.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים זיי מחזק זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.