בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
עס טוט מיר וויי אז דו ביסט אוועק פון ישיבה, איך ווייס דו גייסט אריבער שווערע טעג, דו ווילסט שוין דיין שידוך, עס איז דיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, אבער טייערער ברודער, קום אין ישיבה, דיקא אין ישיבה וועסטו טרעפן דיין שידוך, דיקא אין ישיבה וועסטו באקומען לופט צו אטעמען, חיזוק אויף אמונה, חיזוק אויף שמחה.
קום אין ישיבה און פלייס זיך אין לימוד התורה, דאס וועט דיך פרייליך מאכן, און אז עס וועט זיין קול ששון וקול שמחה – וועט נאכדעם זיין קול חתן וקול כלה.
מוהרא"ש איז געווען די ערשטע יאר אין ישיבה אויף א באזוך און צוגעזאגט פאר די בחורים, אז אלע וואס וועלן קומען אין ישיבה און פאלגן דעם ראש ישיבה וועלן האבן א גוטע שידוך מיט פרנסה וכו'. (דעמאלט איז געווען א שלעכטע נאמען אויף די ישיבה, עס איז נישט געווען קיין איין שידוך, און פון די הבטחה פון מוהרא"ש איז שוין געווען הונדערטער שידוכים).
איך ווארט אויף דיר, איך וועל דיך פרייליך מאכן.