בעזרת ה' יתברך
יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך רעד נישט אחד בפה ואחד בלב; ווען איך שרייב אייך "איך האב ליב צו רעדן מיט אייך" - איז דאס אמת, ווען איך שרייב אייך "מיין טייערער חבר" - איז דאס אמת און ווען איר רופט מיר און איר קענט נישט צוקומען צו מיר - איז דאס אויך אמת, ווייל איך בין זייער פארנומען.
איר וועט עס נישט גלייבן ביז איר וועט זען מיט די אויגן וואס ליגט אלץ אויף מיר, אלעס אליינס צו טון; אנגעהויבן מיט די ישיבה, איך האב נישט קיין שטאב, איך אליינס זיץ מיט די בחורים און געב זיי כמה שיעורים אין איין טאג, אין בבלי, ירושלמי, רמב"ם און אין רבינ'ס ספרים. נאכדעם ליגט אויף מיר דריי תלמוד תורה'ס, אין וויליאמסבורג, אין קרית ברסלב ליבערטי און יעצט האבן מיר געעפנט א דריטע אין קרית יואל. נאכדעם די מיידל סקול; אין וויליאמסבורג און אין שטעטל, יעדע זאך פון גרויס ביז קליין ליגט אויף מיר. נאכדעם די צוויי כוללים און שיעורים פאר אברכים און מאכן שלום בית צווישן פארפעלקער און דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און מוהרא"ש'ס ספרים, און נאך אסאך.
איך ווייס נישט פארוואס איר זענט ברוגז אויף מיר; איך בין זייער פארנומען, איר דארפט מיר דן זיין לכף זכות.
בנוגע די וואס ווילן מער נישט אריין לאזן דעם ספר עצתו אמונה וכו', (חסר).
זייט מיר מוחל אז איך האב נישט געענטפערט אויף די בריוו ווען איר האט געבעטן וועגן א שידוך; געלויבט דעם אייבערשטן אז זי האט געטראפן א גוטע שידוך.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען קומען קיין אומאן אויף ראש השנה און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
כתיבה וחתימה טובה.