בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס ברענט א פייער אויפן גאס, עס איז אזוי געפערליך, מען קען נישט גיין אין גאס פון די גרויסע פריצות, מען דארף רחמי שמים נישט אראפצופאלן. דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "היינט אז מען גייט אין שול דארף מען רחמי שמים אז מען זאל אהיים קומען די זעלבע איד, נישט שוואכער, פון די גרויסע נסיונות".
מען דארף שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך, ראטעווע מיך, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, האבן ריינע אויגן, לויטערע אויגן, הייליגע אויגן, הייליגער באשעפער איך האב נישט די כוחות פאר דעם, איך האב אזא פייער, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך שפיר ווי איך האב נישט קיין בחירה, ראטעווע מיך"; אזוי זאלסטו שרייען טאג טעגליך צום אייבערשטן.
אויך זאלסטו דאווענען מיט מנין, קום אין שול און זיי מקפיד אויף מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז ע"ב; תענית ח ע"א), ווען מען דאווענט מיט מנין נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות ווי אזוי מען זאל נאר דאווענען. קום אין שול מיט דרך ארץ, קום אין שול אנגעטון מיט הוט און רעקל, און רעד נישט אין שול.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.