בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך האף דו שטארקסט זיך, דו גייסט יעדן טאג דאווענען דריי תפילות און דו לערנסט שיעורים אין משניות און גמרא. איך ווייס דו האסט נישט קיין לעבן פון ווארטן אזוי לאנג אויף א שידוך, דו ביסט דערביטערט ביז צום טויט, מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "קיינער פארשטייט נישט קיין בחור, קיינער ווייסט נישט די צער וואס א בחור גייט אדורך"; א בחור וויל זיין ערליך, ריין און הייליג, אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.
דאך בעט איך דיר זייער זאלסט ארויסטרייבן די עקלדיגע מחשבות אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף דיר; עס איז נישט אמת, דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף דיר, דער אייבערשטער ווארט זאלסט זיך קומען אויסוויינען צו אים און תשובה טון.
פאלג א צדיק, פאלג מוהרא"ש; נעם א משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן. אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - פארלירט מען דעם מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי.): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו'; אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.