בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ליבער הארציגער ברודער ... נרו יאיר
האסט מיר דערציילט וואס דו גייסט אריבער לעצטנס, דיין קאפ שווינדלט דיר אז דו האסט נישט קיין אמונה, דיינע מחשבות פייניגן דיר: 'האב איך אמונה? האב איך נישט אמונה?' דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט דיינע מחשבות, דו ביסט שרעקליך צעמישט, דו פרעגסט און בעטסט אן עצה.
ליבער ברודער, איך האב דיך אזוי ליב, איך זע דיין פיין, איך ווייס אז דו האסט יא א שטארקע אמונה, עס איז נאר עצת היצר דיך אראפ צו ווארפן פון דיינע הויכע מדריגות צו די נידריגסטע פלעצער השם ישמרינו, איך בעט דיר זייער, טענה נישט מיט די מחשבות. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען אז מיט די שלעכטע מחשבות טאר מען נישט טענה'ן, ווייל ווי מער מען טענה'ט מיט זיי - ווערן זיי נאר מער שטערקער און מער שרעקעדיגער, די עצה איז - זיך נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, און ווען די מחשבות קומען - זאל מען אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן, אזוי וועלן זיי אלע אנטלויפן.
אמאל האט א מענטש דינים אויף זיך און די מקטריגים ווילן אים נישט צולאזן צום אייבערשטן, און אפילו ווען דער מענטש קומט און בעט דעם אייבערשטן - פארשטעלן די מקטריגים, זיי לאזן אים נישט צו, איז דא נאר איין עצה, דאנקען דעם אייבערשטן; דאס קען מען נישט אוועק נעמען פונעם מענטש, און ווען דער מענטש הייבט אן זאגן: "שכח אייבערשטער, איך דאנק דיך פאר אלעס" - רוקן זיך אלע מקטריגים אין די זייט און דער מענטש קומט אן צו די העכסטע פלאץ, א משל צו א קעניג, א מלך בשר ודם, ווען איינער וויל אריינקומען אין היכל המלך קומען די משרתים, די עבדים - און לאזן נישט, מען הייבט אן באקוקן דעם מענטש צי ער איז ווערד מען זאל אים אריינלאזן אין פאלאץ פון קעניג, און אז דער מענטש האט שכל און זאגט: "איך וויל גארנישט בעטן פונעם קעניג, איך וויל נאר זאגן שכח" - עפנט מען אים אויף די טויערן און ער גייט אריין צום קעניג, און איינמאל ער איז שוין ביים קעניג קען ער שוין אלעס בעטן.
אזוי זאלסטו טון, מאך זיך א קביעות יעדן טאג אפאר מינוט צו גיין א שפאציר און זאגן: "שכח אייבערשטער, איך דאנק דיך אייבערשטער פאר אלעס וואס דו מאכסט מיט מיר"; דאס וועט דיר צוריק געבן דיינע מוחין, דו וועסט צוביסלעך אנהייבן שפירן דעם אייבערשטן, דו וועסט שפירן ווי די אמונה ווערט דיר שטערקער און שטערקער, און אזוי וועסטו זיך קענען גוט אויסגיסן דיין הארץ צו אים, און אים בעטן אויף א שטארקע אמונה.
אמאל איז א איד געקומען צום רבי'ן און געוויינט אז ער דארף אן עצה פאר א שטארקע אמונה, ער האט קשיות און בלבולים וכו'; האט אים דער רבי געזאגט: "זאג אויס דיינע קשיות און בלבולים ביי התבודדות, דערצייל דעם אייבערשטן ווי שווער עס איז דיר, און ווי דיין קאפ און מח שווינדלען דיר וכו' וכו', אזוי וועלן די קשיות אוועק גיין", דער רבי האט אים געזאגט אז די ראשי תיבות פון קשיא איז (תהלים כז, ז): "שְׁ'מַע ה' ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", אז מען האט קשיות, זאל מען בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין ספיקות און בלבולים וכו', געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל לעבן מיט אמונה".
אויך זאלסטו שלאפן גענוג שעות, און אויך אז דו ווערסט מבולבל אינמיטן טאג - זאלסטו כאפן א דרימל אינמיטן טאג. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "יש כמה שטותים ובלבולים המתדבקים ומתחברים בהמח", עס קלעבן זיך אן אינעם מח אסאך שטותים און בלבולים, "ובפרט בלבולי האמונה", און עס שאדט ספעציעל פאר אמונה, "ועל ידי השנה נפרדים מהמח", און דורך שלאפן גייט עס אוועק, "וביותר מועיל השנה לאמונה", און אז מען שלאפט העלפט עס זייער פאר א שטארקע אמונה, מען ווערט אויסגערוט, מען קומט צו זיך.
איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, די בחורים זענען צעבראכן אויף שברי שברים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.