בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך האב גרויס נחת פון דיין התנהגות
בחור, גמרא, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.


איך וויל דיר באדאנקען פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


וויסן זאלסטו אז איך האב גרויס נחת פון דיין התנהגות; מאמי תחי' זאגט מיר שטענדיג אז עס האט זיך געלוינט אלע רדיפות, בזיונות און שפיכות דמים וואס מיר זענען אריבער ווען מיר זענען מקורב געווארן צו מוהרא"ש, זעענדיג היינט ווי די קינדער לעבן מיט די תורה און מיטן אייבערשטן.


מיין גאנצע חיות איז צו זען ווי דו קומסט יעדן אינדערפרי לערנען מיט מיר א בלאט גמרא בבלי און א בלאט ירושלמי, נאכדעם ווי דו זיצט פאר זיך מיט דיינע ספרים, דו זאגסט ח"י פרקים משניות און א יום תהלים וכו' וכו'.


איך בעט דיר זייער זאלסט גיין צו די שיעור הלכה יעדן טאג; איך האב אויפגענומען א מגיד שיעור הרב ר' ... שליט"א פארצולערנען הלכות שבת. די גאנצע שיעור נעמט א קנאפע דריי פערטל שעה, ער לערנט עס פאר בטוב טעם ודעת, אן קיין בחינות און אן קיין פארהערן, סך הכל אז דו זאלסט קענען חתונה האבן קענעדיג הלכות קידוש, הלכות הדלקת הנרות און די הלכות וואס זענען נוגע פאר די סעודות שבת, כדי דו זאלסט קענען בעזר ה' אויפשטעלן א שטוב על דרך התורה.


לאז מיר וויסן אויב דו גייסט צום שיעור – וועסטו מיר מחי' זיין


פון דיין טאטע.


...